אליעזר הורוויץ
רבי אליעזר הורוויץ (ה'תק"ן - ג' חשוון ה'תרכ"א), רב אין דזשיקאוו.
טויט | 18 אקטאבער 1860 |
---|---|
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי אליעזר'ל איז געבוירן אין יאר ה'תק"ן (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב, א זון פון מנחם מענדל רובין, רב אין לינסק, באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער מרת רבקה די טאכטער פון הנגיד הרב צבי הירש גאלדהאמער פון דוקלא.
רבנות
רעדאַקטירןרבי אליעזר'ל האט געגעסן קעסט ביי זיין שווער אין ראווא-רוסקא. ווען זיין שווער איז געווארן א יורד רח"ל האט ער זיך ערשט באשעפטיגט מיט האנדלען פון וויין, נאכהער איז ער געפארן קיין ראפשיץ וואוינען נעבן פאטער. נישט וועלנדיג אננעמען קיין רבנישע שטעלע, האט ער - האבנדיג א זייער א שיינע און זיסע שטימע - זיך געפרואווט צו ערנערען פון חזנות, אבער נישט קענענדיג ביישטיין די פינאנציעלע ענגשאפט, איז ער געווארן רב אין דזשיקאוו.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי אליעזר'ל איז נפטר ג' חשוון ה'תרכ"א, אין ליגט אין דזשיקאוו.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי אליעזר'ל האט געהייראט מרת חיה,[1] די טאכטער פון הנגיד הרב יחיאל איכל ראזענפעלד פון ראווא-רוסקא, (א פעטער פון הרב שלום ראזענפעלד פון קאמינקא (דער ערשטער)). זייערע קינדער:
- הרב ישראל הורוויץ (ה'תקע"ד - ר"ח ניסן ה'תר"ל), רב אין בארניוו.
- הרב מאיר הורוויץ (ה'תקע"ט - ח' תמוז ה'תרל"ז), ממלא מקום פון פאטער, רב אין דזשיקאוו.
- הרב ראובן הורוויץ (ה'תק"ף (אומגעפער) - י"ד אייר ה'תרל"ט), רב אין דעמביץ.
- הרב משה הורוויץ (ה'תקפ"ד (אומגעפער) - י' סיון ה'תרנ"ד), רב אין ראזוואדאוו.
- מרת ביילא, די ווייב פון הרב מאיר נתן האלבערשטאם (ה'תקפ"ה – ט"ו מנחם אב ה'תרט"ו), א זון פון דברי חיים.
- די ווייב פון הרב חנינא הורוויץ (ה'תקפ"ב (אומגעפער) - ב' חשוון ה'תרמ"ב), רב אין אולינוב, א זון פון איר פעטער הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ
רעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ רבי ישראל חיים אשרי ברענגט אז דער דזשיקאווער רב פלעג דערמאנען זיין זיידע דעם אמרי נועם מיטן נאמען "מאיר בן חיה" (יאהרצייט, אידישע טריבונע, ד' אדר ב' תשע"א)