אלטער יחזקאל אליהו הורוויץ

רבי אלטער יחזקאל אליהו הורוויץ הי"ד (ג' חשוון ה'תרמ"ה - ז' אדר ב' ה'תש"ג), רב אין דזשיקאוו.

רבי אלטער'ל איז געבוירן ג' חשוון ה'תרמ"ה, צו זיין פאטער הרב יהושע הורוויץ, דער עטרת יהושע, א זון פון הרב מאיר הורוויץ, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, א זון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, און צו זיין מוטער א טאכטער פון הנגיד הרב לייביש רייך פון ריישא.

רבי אלטער'ל איז געבוירן צו אכט מאנאט, פאר זיין ברית איז געקומען א טעלעגראם פון זיין פעטער הרב נפתלי חיים הורוויץ דער וואונדער רבי פון ירושלים, אז דאס קינד וועט בלייבן לעבן.

קליינערהייט איז רבי אלטער'ל געווען זייער שוואך, און שטארק נישט געזונט מיט זייער א שווערן אטעם, זיין פאטער האט אים דאמאלס צו געגעבן א נאמען "אלטער", פון דאן האט מען אים אזוי גערופן.

אין יאר ה'תרס"ט האט זיין פאטער אויף אים ארויף געלייגט דאס רבנות אין דזשיקאוו. וויבאלד ער איז געווען זייער א צוגעלאזענע מענטש האט ער געצויגן צו זיך א געוואלדיגע ליבשאפט, דערפאר האט ער קיינמאל נישט געהאט קיין קעגנער. אין לעצטן יאר פון פאטער, האט זיין פאטער געשיקט זיינע חסידים מיט קוויטלאך צו רבי אלטער'ל, פון דאמאלס האט ער אנגעהויבן צו פירן רביסטעווע.

ביי דעם ערשטן וועלט קריג איז רבי אלטער'ל אנטלאפן צו זיין שווער קיין וויזשניץ, און נאכהער איז ער געווען אין גרויסווארדיין, ווען ער איז צוריק געקומען מאט ער זיך באזעצט אין טארנא, דאס רבנות אין דזשיקאוו האט געפירט דער דיין הרב שמעון הערץ. אין טארנא האט רבי אלטער'ל אנגעפירט מיט א ישיבה "בית דזיקוב".

אום (טבת) תרפ"ו איז ער געפארן קיין לאנדאן, ענגלאנד און געפירט א שבת אינעם דזשיקאווער שטיבל אין ווייטשעפל.[1]

רבי אלטער'ל איז אומגעקומען ז' אדר ב' ה'תש"ג אין דער קראקעווער געטא.‏[2]

אין יאר ה'תר"ס האט רבי אלטער'ל געהייראט אין וויזשניץ מרת חוה א טאכטער פון הרב ישראל האגער, רב אין וויזשניץ, דער אהבת ישראל. זייערע קינדער:

  • מרת דבורה, די ווייב פון רבי משה אבראמאוויץ.
  • הרב מאיר הורוויץ, פון ריישא. ער האט געהייראט מרת ברכה די טאכטער פון הרב עבער ענגלענדער פון קראָסנא.
    • רבי יהושע הורוויץ (תרצ"ו - ב' סיוון תשע"ג), דזשיקאווער רבי אין בארא פארק
      • רבי מאיר הורוויץ, דזשיקאווער רבי אין מאנסי, איידעם פון רבי דוד משה ראזנבוים פון קרעטשענעוו.
      • רבי יחזקאל הורוויץ, דזשיקאווער רבי אין וויליאמסבורג, איידעם פון רבי סנדר ליפא לאבין פון זידיטשויב.
      • רבי אלעזר שמעון הורוויץ, דזשיקאווער רבי ממלא מקום אין ביהמ"ד פון זיין פאטער אין בארא פארק , און איידעם ביי רבי יהושע רובין באבוב 45 רב,
  • הרב יעקב שלום הורוויץ, ער האט געהייראט מרת פריידל די טאכטער פון הרב מענדל הערצאג פון טארנא.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • עטרת ישועה על התורה - תולדות המחבר
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. In Search of Holiness (Ephraim Gastwirth), p247
  2. אידישע טריבונע, ד' אדר ב' תשע"א, פון זכרון יהודה (ירושלים תשס"ג)