אהרן הורוויץ
רבי אהרן הורוויץ זצ"ל (ה'תר"י - י"ב אדר א' ה'תרפ"ז), באקאנט אלס דער בייטשער רב.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי אהרן, איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תר"י, צו זיין פאטער הרב מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת דבורה א טאכטער פון הנגיד הרב קלמן פיעצליס פון קראקא.
רבנות
רעדאַקטירןאין יאר ה'תרמ"ו האט מען אויפגענומען רבי אהרן אלס רב אין בייטש.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי אהרן איז נפטר געווארן י"ב אדר א' ה'תרפ"ז, און ליגט אין קאשוי.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי אהרן האט געהייראט מרת טילא א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב. זייערע קינדער:
- הרב אברהם צבי הירש הורוויץ (ה'תרמ"ז (אומגעפער) - י"ז אדר ה'תשכ"א), בייטשער רבי אין ברוקלין, ניו יארק.
- הרב אלטער אליעזר הורוויץ (ה'תר"ן (אומגעפער) - י"ב אדר ה'תרצ"ז), פון בייטש.
- מרת תרצה, די ווייב פון הרב חיים סג"ל ליבערמאן רב אין דאברי.
- מרת רעכיל.
- מרת בילא, די ווייב פון הרב יקותיאל יהודה גראס רב פון בערבעשט.
- מרת צפורה, די ווייב פון הרב משה הורוויץ, א זון פון הרב יוסף הורוויץ פון קראס.
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר