ישראל האגער (א)
רבי ישראל האגער זצ"ל (ב' אלול ה'תר"ך - ב' סיון ה'תרצ"ו), דער דריטער וויזשניצער רבי. באקאנט מיט דעם נאמען "דער אהבת ישראל".
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי ישראל איז געבוירן געווארן אין וויזשניץ ב' אלול ה'תר"ך, צו זיין פאטער הרב ברוך האגער, באקאנט אלס דער "אמרי ברוך" פון וויזשניץ, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת ציפורה א טאכטער פון הרב אריה לייב שפירא פון זשיטאמיר, א זון פון הרב שמואל אברהם אבא שפירא פון סלאוויטא, אן אייניקל פון הרב פנחס שפירא פון קאריץ.
רבנות
רעדאַקטירןרבי ישראל איז געווען אלט 14 יאר ווען ער האט באקומען היתר הוראה פונעם שואל ומשיב און פון בית שלמה.
נאך זיין חתונה איז רבי ישראל געבליבן צו וואוינען ביי זיין שווער אין דזשיקאוו. דארט האט ער געלערנט צוזאמען מיט זיין שוואגער הרב יהושע הורוויץ "דער עטרת ישועה". אין יאר ה'תרל"ח איז רבי ישראל צוריקגעפארן קיין וויזשניץ. נאך זיין פאטער'ס פטירה, כ' כסלו ה'תרנ"ג, האט מען אויפגענומען דעם בכור רבי ישראל אלס רבי, און ממלא מקום פון דעם פאטער.
אין ה'תרס"ג האט ער געגרינדעט א ישיבה גדולה פאר בחורים, וואס איז געווען א זעלטענע זאך אין יענע גלילות דעמאלטס.
ביי דעם ערשטן וועלט קריג איז רבי ישראל אריבער קיין קיטוב, און אין יאר ה'תרע"ה ווען די רוסן האבן געהאלטן ביי אייננעמען בוקאווינא איז רבי ישראל אריבערגעצויגן פון גאליציע קיין אונגארן און האט זיך באזעצט אין גראסווארדיין.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי ישראל איז נפטר געווארן פרייטיג צו נאכט'ס ב' סיון ה'תרצ"ו. אום י"ג אייר ה'תש"ט האט מען ארויף געברענגט זיין ארון קיין ארץ ישראל אין ער ליגט אין בני ברק.
פאמיליע
רעדאַקטירןאין יאר ה'תרל"ה, ביי פופצן יאר, האט רבי ישראל געהייראט אין זשאבנא בזיווג ראשון מרת הינדא א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, פון דזשיקאוו, "דער אמרי נועם". זייערע קינדער:
- הרב מנחם מענדיל האגער (ה'תרמ"ה - י"ג טבת ה'תש"א), פון ווישעווע
- הרב חיים מאיר האגער (ט"ו כסלו ה'תרמ"ח - ט' ניסן ה'תשל"ב), דער וויזשניצער רבי פון בני ברק. "דער אמרי חיים".
- הרב ברוך האגער (ה'תרנ"ה - ב' חשוון ה'תשכ"ד), פון סערעט
- מרת חיה, די ווייב פון הרב שלום רוקח, פון סקאהל.
- מרת חוה, די ווייב פון הרב אלטער יחזקאל הורוויץ, פון דזשיקאוו.
- מרת שרה, די ווייב פון הרב צבי חיים הורוויץ פון רימאנאוו.
- מרת דבורה די ווייב פון הרב אלטער מנחם מענדל האגער הי"ד (ד' כסלו ה'תרנ"ז - כ"ט אייר ה'תש"ד), פון בארשא.
- מרת שיינא רחל די ווייב פון הרב אברהם יהושע העשל פון זשינקאוו.
- מרת העניא, די ווייב פון הרב מרדכי שרגא פרידמאן (ה'תרנ"ד (אומגעפער) - ט"ז טבת ה'תש"ב), פון באיאן און טשערנאוויץ, א זון פון הרב מנחם נחום פרידמאן, פון באיאן און טשערנאוויץ.
זיינע ספרים
רעדאַקטירן- אהבת ישראל
זעט אויך
רעדאַקטירןפֿריערדיגער: הרב ברוך האגער "אמרי ברוך" |
דער וויזשניצער רבי תרנ"ג-תרצ"ו "אהבת ישראל" |
נאָכפֿאלגער: הרב חיים מאיר האגער "אמרי חיים" |
רעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר