יעקב הורוויץ (מעליץ)

רבי יעקב הורוויץ זצ"ל (ה'תקנ"ב - י"ט טבת ה'תקצ"ט), רב אין מעליץ.

אפשטאםרעדאַקטירן

רבי יענקלי איז געבוירן אין יאר ה'תקנ"ב (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, א זון פון מנחם מענדל ראַבין, רב אין לינסק באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער מרת רבקה א טאכטער פון הנגיד הרב צבי הירש גאלדהאמער פון דוקלא.

רבנותרעדאַקטירן

אין יאר ה'תקס"ד (אומגעפער), האט זיין פאטער אריינגעזעצט רבי יענקלי אלס רב אין קאלבאסאוו, די איינוואוינער האבען אים זייער שטארק געשעצט, אין יאר ה'תק"ע ווען מען האט אויפגענומען רבי יענקלי אלס רב אין מעליץ, האט מען אים נישט געוואלט אוועק לאזן פון שטאט, האט ער זיך געמוזט ארויס כאפן אין מיטן פון דער נאכט.

הסתלקותרעדאַקטירן

רבי יענקלי איז נפטר י"ט טבת ה'תקצ"ט.

פאמיליערעדאַקטירן

רבי יענקלי האט געהייראט א טאכטער פון הרב אברהם מרדכי פון פינטשאוו. זייערע קינדער:

רעפערענצןרעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר