הרב שאול בראַך (כ"ט שבט ה'תרכ"הכ"ו שבט ה'ת"ש) איז געווען רב אין קאשוי. פאר דעם איז ער געווען רב אין קראלי און אין מאגנדארף.

שאול בראך
קיין פריי בילד
געבורט 25 פעברואר 1865 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 5 פעברואר 1940 (אלט 74)
קאשוי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
זיינע רביס משה שיק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ער איז געווען באקאנט אין זיין צייט אלס גרויסער גאון און פון די גרויסע בארימטע רבנים אין אונגארן.

ער האט ארויס געגעבן עטליכע ספרים ווי "משמרת אלעזר" דרושים, "ליבא בעי" על סוגית הש"ס, שאול שאול, אבות על בנים און נאך.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

שאול בראך איז געבוירן געווארן כ״ט שבט תרכ״ה אין נייטרא צו ר׳ אלעזר און זיין ווייב ליבא (פרידלענדער). אין זיינע יונגע יארן האט ער געלערנט אין דער ישיבה אין חוסט ביים מהר״ם שיק. נאך זיין רבי׳נס פטירה האט ער געלערנט אין מאטערסדארף ביים חתן סופר. ער איז געפארן צו די צדיקים פון בעלזא, סיגעט און צאנז.

זיין ערשטע רבנות שטעלע איז געווען אין מאגנדארף, עסטרייך אונגארישע אימפעריע (היינט סלאוואקיי) וואו ער איז געבליבן 18 יאר. דערנאך איז ער געווארן שטאטס רב 14 יאר אין קראלי (היינט רומעניע) און דערנאך 18 יאר אין קאשוי, טשעכאסלאוואקיי (היינט סלאוואקיי) ביז זיין פטירה. אין קאשוי האט ער אויפגעשטעלט א ישיבה פאר הונדערטער תלמידים.

כ״ו שבט ת״ש איז ער נפטר געווארן. ער האט איבערגעלאזן א סך ספרים.


זיין ביאגראפיע איז ארויסגעגעבן דורך א תלמיד אין ספר שאול בחיר ה.