דזשארדזש וו. בוש

43טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אַמעריקע
(אַריבערגעפֿירט פון דשארדש דאבעליו בוש)
דזשאָרזש װאַקער בוש
דזשארדזש בוש
דער 43סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע
איינגעשוואוירן: 20סטן יאנואר 2001
פארגייער: ביל קלינטאן
נאכפאלגער: באראק אבאמא
געבוירן: 6טן יולי 1946
געבורט ארט: ניו העווען קאנעטיקעט
ערשטע פרוי: לארע בוש
פארטיי: רעפובליקאנער
וויצע פרעזידענט: דיק טשעיני
אונטערשריפט:

דזשארדזש וואקער בוש (ענגליש: George Walker Bush; געבוירן דעם 6טן יולי, 1946, ז' תמוז ה'תש"ו) איז געווען דער 43טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אַמעריקע, פון 2001 ביז 2009, און דער  46טער גובערנאטאר פון טעקסאס, פון 1995 ביז 2000

בוש איז געבוירן אין 1946 (ה'תש"ו), אין שטאַט קאנעטיקעט, און איז א רעפובליקאנער.

בוש האט צוויי טעכטער א צווילינג.

ער איז געווארן איינגעשוואוירן פרעזידענט אין יאר ה'תשס"א אויף פיר יאר. ער האט געוואונען ווידערוויילונג אין יאר ה'תשס"ה פאר נאך פיר יאר. ער האט געענדיגט דינען אין יאר ה'תשס"ט.

זיין וויצע פרעזידענט איז געווען דיק טשעיני.

פרעזידענטשאפט

רעדאַקטירן

ער איז פון די איינצעלע פרעזידענטן אין דער אמעריקאנער געשיכטע וועלכע זענען געווארן פרעזידענט אפילו זיי האבען באקומען ווינציגער שטימען פון דער אלגעמיינער באפעלקערונג ווי זייער קעגנער. אבער לויט דער אמעריקאנער וואלן-סיסטעם האבן זיי געוואונען די עלעקטארעל וואלען.

בוש איז געלאפן קעגן על גאר אין 2001 און איז דערקלערט געווארן דער געווינער נאך א לענגערן געריכט פראצעדור צו מען זאל איבערציילן די וואלן אין פלארידא, וואס בוש האט געווינען נאך דעם צווייטען מאל איבערציילן, מיט 537 שטימען, דער סופרים קאורט האט צו סוף געפסק'ענט אז מען דארף עס נישט איבערציילן.

ער איז דער איינציגסטער וואס האט דערנאך מצליח געווען צו געווינען א צווייטן טערמין אפילו ער האט פארלארן די אלעמיינער באפעלקערונג שטימען און ער האט נאר געווינען מיט די עלעקטארעל וואלן די ערשטע מאל.

אין 2004 האט בוש געלאפן פאר ווידערערוועלונג, און ער האט שטארק געווינען אנקעגן סענעטאר דזשאן קערי.

בוש האט נאך 11טן סעפטעמבער 2001 אדאפירט א נייעם צוגאנג אין אמעריקא, וואס טייל רופן אן די בוש דאקטרין אז יעדע מדינה מוז זיך ארויסשעטלן אדער פרא אדער קעגן די אינטערעסן פון אמעריקא, דאס הייסט יעדער דארף זאגן צו איז ער א שונא אדער א גוטער פריינד, בוש האט אריינגעפירט אמעריקא אין א קריג קעגן די עקסטרעמע אראבער, אונטער אים איז אמעריקא אריין אין קריג אין אפגאניסטאן און אין איראק, אט די צוגאנג האט אים געשאפן אסאך שונאים, אבער ער לאזט נישט נאך פון זיינע פאזיציעס.

ער האט א נאמען אלס איינער וואס איז וויליג צו נעמען א שטעלונג אפענערהייט און זיך נישט דערשרעקן, אפילו ער ווייסט זיכער אז דאס וועט אים שאפן אסאך שונאים, און עס וועט אים זיין שווער, זיין טבע איז נישט צו אנטלויפן פון א פראבלעם, נאר זיך צו אדרעסירן דערצו און זעהן וואס ער קען טועהן דאס צו פארעכטען.

 
וולאדימיר פוטין מיט דזשארדזש וו. בוש יאר 2007
 
אין זיין יוגנט
 
דזשארדזש וואקער בוש מיט זיין ווייב לארא אין זייערע טעכטער, 1990

זיינע פריערדיגע יארן

רעדאַקטירן

אין די ערשטע יאָרן פון זיין לעבן איז ער נישט געווען אזוי קאנסערוואטיוו, ער פלעגט טרינקען אסאך וויין ער איז אפילו אמאל געווארן ארעסטירט פאר דרייוון אלס שיכור, מען זאגט אז זיין פרוי האט אים דערפון אפגעוואוינט. זיין פרוי לארע בוש איז גיט באקאנט אין די אמעריקאנער גאס, אפילו ווען בוש איז נישט פאפולער איז אבער זיין פרוי זייער פאפולער ביי יעדן, זי ווערט געזעהן ווי א ערנסטע צוריקגעצויגענע פרוי, זי איז געווען א לערערין אין א שולע און האלט זיך פאר אן עקספערט ווען עס קומט צו בילדונג.

פאליטישע קאריערע

רעדאַקטירן
  • 1994 איז ער געלאפן קעגן דער פרוי ען ריטשארדסאן אלס גאווערנער אין טעקסעס און ער האט געווינען מיט 52% אנקעגען 47% א דאנק זיין שטארקן קאמפיין.

זיינע אויפטואונגען אלץ פרעזידענט

רעדאַקטירן

די עקאנאמיע

רעדאַקטירן

ווען ער האט איבערגענעומען דאס פרעזידענטשאפט פון ביל קלינטאן איז די אמעריקאנער עקאנאמיע געווען מיטן "פיטום אראפ", עס האט זיך ארייגעגליטש אין א רעסעסיע, ספעציעל נאך 9ֿ11 ווען מענטשן האבן געציטערט וואס ווען זיין ווייטער מיט די שטארקייט פון אמעריקע, וועט זי זיך קענען גיבען א עצה מיט די טעראריסטן, אין די יאָרן פון זיין פרעזידענטשאפשט, האט ער איינגעפירט שטרענגע פאליסיס און געהויבן די עקאנאמיע אלס א שטארקע דוירהאפטיגע זאך.

אין זיינע יאָרן איז די עקנאמיע געוואקסן זייער גיט, דער סטאק מערקעט האט זיך געהויבן ביז צום הימל, אבער אין דעם לעצטן יאָר פון זיין קאדענץ איז אלעס געקומען צו א ענדע דער סטאק מארק איז געפאלן, די ביזנעס וועלט איז אריין געפאלן איז די ערגסטע רעסעסיע אין די מאדערן צייט. און דערפאר זענען זיינע פאולס אין די אמעריקאנער גאס זייער שוואך ער האט א 29 רעטינג פרעצענט וואס גלייכן אים.

זייט 9/11 איז נאך נישט פארגעקומען קיין טעראריסטישע אקציע קעגן אמעריקא אויפן אמעריקאנער באדן, כאטש אסאמא בין לאדין מיט זיינע שותפים האלטן אין איין ווארענען אמעריקע. עס איז ריכטיג אז ער איז זייער שטרענג מיט זיינע פאליסיס קעגן אויסלענדישע טעראריסטן.

דער פאקט איז: אין די יאָרן פון די ביל קלינטאן אדמיניסטאראציע, האט מען זיך נישט געכאפט אז על קאידא און אנדערע מוסולמענער שונאים פון אמעריקא זענען גרייט צו מאכן טעראר קעגן אמעריקא, אמעריקא איז אין יענע יאָרן אטאקירט געווארן עטליכע מאל 1) די ערשטע אטקע אויף די טווין טאורעס, 2) די אטאקע אויף די שיף קאול, 3) די אטאקע אין קעניא אויף די אמעריקאנער אמבאסאדע. נאך די צווייטע אטאקע אויף די טווין טאורס האט פרעזידענט בוש אדאפירט זיינע שטרענגע פאליסיס, און זיין דאן איז אמעריקא אין ערגעץ נישט אטאקירט געווארן נישט אין אמעריקא זעלבסט, און נישט אויסער אמעריקא, אט דער פאקט ווייזט אז זיינע פאליסיס קעגן די טאראר ארבעט.


זיינע קעגנער אין זיין פארטיי און ביי די אנדערע פארטייען

רעדאַקטירן
פֿריערדיגער:
אן ריטשארדס
גובערנאטאר פון טעקסאס
1995 - 2000
נאָכפֿאלגער:
ריק פערי