ראנעלד ווילסאן רייגען (תרע"א-תשס"ד) איז געווען דער 40סטער USA פרעזידענט אין אמעריקע (תשמ"א-תשמ"ט) און איז דער עלסטער מענטש וואס איז געוועלט געווארן אלס פרעזידענט אין די געשיכטע - אלט 69 יאר.

ראנאלד רייגען

געדינט
תשמ"א – תשמ"ט
40סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטען פון אמעריקע
וויצע פרעזידעטדזשארדזש בוש
פארפאלגערדשימי קארטער
נאכפאלגערדזשארדזש דאבליו בוש
געבוירן 6טן פעברואר 1911
אילינויס
געשטארבן5טן יוני 2004
בעל-איר קאליפארניע
פאליטישע פארטיירעפובליקאנער
אונטערשריפט

אין די אינגע יארן איז ער געווען אן אקטיאר אין האליוואד. שפעטער איז ער אריין אין פאליטיק און ער איז דערוויילט געווארן אלס גאווערנאר אין קאליפארניע. שפעטער איז ער געלאפן פאר פרעזידענט קעגן דשימי קארטער (וועלכער איז געלאפן פאר א צווייטן טערמין) און ער האט אים באזיגט מיט א לענדסלייד זייענדיג אינעם רושם פון די איראן געפאנגענע.

ער האט אין זיינע אכט יאר אלס פרעזידענט געהויבן דעם אמעריקאנער שטאלץ אין אויך האט ער געהאלפן אראפווארפן דעם אייזערנעם פארהאנג פון די קאמוניסטן אין רוסלאנד.

ער האט אויסגענוצט זיינע עקספיריענס פון זיין א אקטיאר, ער האט עס אריין געברענגט אין דעם טאג טעגליכן לעבן פונעם דינען אלס פרעזידענט, ער האט אייביג געהאט א גוט ווארט און א ווערטעל אויפן פלאץ, און האט דערמיט באזיגט זיינע גרעסטע שונאים און פארביסענע מענטשן וואס האבן אים געשטערט דורך פירן זיין סדר היום, צווישן די קאנסערוואטווער ווערט ער באטראכט פאר א העלד, זיי לערנען זיינע לעגענדעס און וואס ער האט געפרעדיגט, אלס וואס האט געטועהן איז ביי זיי די בעסטע. פון די אנדערע זייט איז ער געווען די גרעסטע שונא פאר ליבעראליזם, און מיט זיין געשליפען צונגען האט ער אייביג געזאגט א ווערטעל אויף זייער חשבון.

ער איז געווען א גלעצענדער רעדנער, און האט אייביג ארויסגעהויבן מיט וואס די אמעריקאנער קענען שטאלצירן, דאס האט געפירט דערצו אז די מאסן האבן אים זייער געגליכן, דעריבער יעדעס מאל ווען ער האט זיך געשלאגן מיט קאנגרעס, אדער מיט פרעס, איז ער געגאנגען לייוו און געהאלטן א דרשה דירעקט צו דעם המון עם, און אזוי האט ער אויסגעפירט וואס ער האט געוואלט.

רייגען איז געשאסן געווארן דרוך דזשאן הינקלי, עס ווערט פארציילט אז ווען מען האט אים אריין געפירט אין די אפעראציע שטוב ארויס נעמען די קוילן פון זיין לייב, האט ער זיך אנגערופן שפאסיג צו די גרויסע דאקטוירם וואס האבן אים באדינט, איך האף אז איהר זענט נישט קיין ליבעראלען...

אין די לעצטע דריי יאר פון זיין פרעזידענטשאפט האט זיין אדמיניסטראציע געליטן פונעם איראן קאנטראס סקאנדאל, אבער ער האט זיך דערפון ארויסגעדרייט, עס האט אים פערזענליך נישט געשאט, מען האט אים גערופן די סטעלט פרעזידענט, ווייל קיין שום קריטיג האט זיך נישט אנגעזען אויף אים.

די לעצטע צען יאר פון זיין לעבן האט ער געליטן פון אלצהיימערס קרענק און ער האט זיך געזעגנט פונעם אמעריקאנער פאלק, און אסאך מאל האט ער אפילו פארגעסן אז ער איז אמאל געווען דער פרעזידענט.


פון זיינע וועטרליך

רעדאַקטירן

איינמאל האט ער געטראפן א יונגער רעפארטער אין ווייסן הויז, דער רעפארטער האט אים געזען מיט א נייעם אנצוג, און פרעגט אים מיס. פרעזידענט דער סוט איז א נייער ? אה זאגט רעגין לאו דווקא דער סוט איז עלטער פאר דיר ! (רעגין איז געווען דער עלטסטער פרעזידענט). דער ראפטארטער איז שטיל געבליבן און האט אפרשטאנען אז ער האט עס נישט געדארפט פרעגן. ער איז צוריק אריין צו זיין אפיס, עס גייט נישט דורך קיין עטליכע מינוט און ער באקומט א קאל פונעם פרעזידנעט זעלבסט ! רעיגן האט אים געזאגט ער האט איבער גערעכט פונקטליך ווי אלט דער סוט איז, ער האט אים אנהגעגעבן דעם ריכטיגן דאטום !

פון די באקאנטסטע ווערטלעך זיינע איז געווען איינמאל ביי א מיליטערישער דרשה האט מען אים געבעטן אזוי ווי ער שטייט ביים מייק זאל ער זאגן א ווארט כדי צו זען דער מייק סיסטעם ארבעט גוט, האט ער זיך אנגערופון "די נוקלעארע באמבעס זענען שוין אנגעשטעלט און גיין ביז פינף מינוט לאנדאן אויף דעם סאוועטן פארבאנד!.

מען זאגט אז די רוסישע פירער האבן זיך דערשראקן דערפון, זענדיג וואס עס דרייט זיך ביים אמעריקאנער פרעזידענט אין קאפ.