אבא אבן
אבא אבן (געבוירן 2טן פעברואר 1915 - 17טן נאוועמבער 2002) איז געווען א פאפולערער ישראל דיפלאמאט, און פאליטיקער, וואס אין דער וועלט, איז ער געווארן זייער אנגענומען, דוקא אין ישראל נישט.
געבורט |
2 פעברואר 1915 קאפשטאט, פאראייניקונג פון דרום-אפריקע |
---|---|
טויט |
17 נאוועמבער 2002 (אלט 87) תל אביב-יפו, ישראל |
מדינה | ישראל |
פאך | פאליטיקער, דיפלאמאט, שרייבער, היסטאריקער |
אַמט | מיניסטער אן פארטאפעל, כנסת דעפוטאט, אויסערן-מיניסטער, וויצע פרעמיער מיניסטער פון ישראל, כנסת דעפוטאט, כנסת דעפוטאט, כנסת דעפוטאט, כנסת דעפוטאט, כנסת דעפוטאט, כנסת דעפוטאט, כנסת דעפוטאט, כנסת דעפוטאט, כנסת דעפוטאט, אמבאסאדאר |
פרסים | ישראל-פרייז |
אונטערשריפט | |
זיינע יינגע יארן
רעדאַקטירןער איז געבוירן געווארן אין דרום אפריקע, און ער איז געווען זייער יונג, ווען זיין פאמיליע האט זיך אריבערגעצויגן קיין ענגלאנד.
ער האט געלערנט סעמיטישע שפראכן, העברעיש, אראביש, און פערסיש.
ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, איז ער געווען אן אפיציר אין דער בריטישער ארמיי אין קאירא, ווי ער האט זיך באקענט מיט זיין צוקונפטיגן פרוי. אויך האט ער געשתדלנט ביי דער רעגירונג, אויפצושטעלן א יידישע בריגאדע, אין דער בריטישער ארמיי.
ער איז געווען א דעלעגאט אין די פאראייניגטע פעלקער, מיט משה שרת, און ווען ישראל איז געגרינדעט געווארן, איז ער געווארן דער ערשטער אמבאסאדאר צו די פאראייניגטע פעלקער, אויך האט ער געדינט אלס אמבאסאדאר צו די פאראייניגטע שטאטן.
פאליטיק
רעדאַקטירןער איז געלאפן צום כנסת אויפן מפא"י ליסטע, און אין די וואלן פון 1959, איז אריין אינעם כנסת, ער האט געדינט אלס בילדונגס מיניסטער, אין דוד בן גוריוןס עגירונג, אין 1966 איז ער געווארן אויסערן מיניסטער, וואס ער האט אנגעהאלטן ביז 1974, ווען ער האט רעזיגנירט, פונעם קאבינעט, נישט וועלנדיג זיין אינפאמאציע מיניסטער, אין די רעגירונג פון יצחק רבין.
איידער דער זעקס טאגיקער מלחמה איז ער געווען ביי די גרויסמאכטן ווי פראנקרייך, ענגלאנד און אמעריקע. שארל דע גאל האט אים געווארענט קעגן א מלחמה, און האט טאקע נאכן מלחמה ארויף געלייגט אן עמבארגא אויף ישראל, ער איז באוויסט געווארן, ווען ער האט געזאגט, אז די גרעניצן פון ישראל, איידער דעם פערטן אין יוני 1967, זענען אוישוויץ גרענעצן.
זיינע עלטערע יארן
רעדאַקטירןביי די וואלן פון 1988, איז ער נישט ערווילט געווארן צו א רעאליסטישע בענקל פונעם עבודה פארטיי, און זייענדיג אנטוישט האט ער פארלאזט פאליטיק, און זיך פארנומען מיט שרייבן, און זיין בוך איז געווארן פרעזענטירט אויפן טעלעוועזיע, דורך אבן, וואס דארט האט ער געהאט דערפאלג, אין יאר תשס"א איז ער באלוינט געווארן, מיטן פרעמיע פון ישראל פארן אויפטוען פארן לאנד, און פארן פאלק.
אבן איז נפטר געווארן 17טע נאוועמבער 2002. זיין ווייב סוזי איז א שוועסטער פון חיים הערצאגס ווייב, איינע פון די ישראל פרעזידענטן, ביידע האבן זיך באקענט מיט זייערע ווייבער, זייענדיק אין קאירא, אלס אפיצירן ביי דער מלחמה, און האבן געגעסן אלס געסט ביי יידן, אויף שבת.