דער פּרעזידענט פון ישראל איז דער ראש מלוכה פון ישראל . די שטעלע איז מערסטנס אַ צערעמאנישע ראָלע,[1] און די עקזעקוטיווע מאַכט ליגט מיט דער רעגירונג און דעם פרעמירע מיניסטער . דער היינטיקער פרעזידענט איז יצחק הערצאג, וועלכער האט גענומען אמט אין אייר ה'תשפ"א, דעם 7טן יולי 2021. פרעזידענטן ווערן דערוויילט דורך דער כנסת פאר א איינציקן קאדענץ פון זיבן יאָר.

יצחק בוז'י הערצאג פּרעזידענט פון ישראל נומער 11

דער פרעזידענט פון ישראל ווערט דערוויילט מיט אן אבסאלוטער מערהייט אין כנסת, לויט א געהיימען וואל . טאמער קיין קאנדידאט באקומט נישט קיין אבסאָלוטע מערהייט שטימען בײ דער ערשטער אָדער דער צווייטער וואל-רונדע, דעמאלסט אין יעדער ווײטערדיקער רונדע ווערט עלימינירט דער קאנדידאט מיט די מינדסטע שטימען , ביז איינער באקומט די אַבסאָלוטע מערהייט.[2] פון 1949 ביז 2000 איז דער פרעזידענט דערוויילט געוואָרן פאר א פינף-יעריגן קאדענץ און ער איז געווען ערלויבט צו דינען ביז צוויי טערמינען אין אמט. זייט 2000, דינט דער פרעזידענט נאראיין זיבן-יעריגן קאדענץ.

אז א פרעזידענט קען נישט פונקציאנירן, אדער צווישן פרעזידענט, איז דער פארזיצער פון דער כנסת דער טעטיגער פרעזידענט.

די ערשטע פרעזידענט וואלן זענען פארגעקומען אום 16טן פעברואר 1949, און דער געווינער איז געווען חיים ווייצמאן. די צווייטע זענען פֿאָרגעקומען אין 1951, ווײל אין יענער צייט איז דער פרעזידענטליכער טערמין געווען פארבונדן מיט דער לענג פון דעם כנסת טערמין (דער ערשטער כנסת האָט געדויערט בלויז צוויי יאָר). מ׳הט געהאלט וואַלן נאכאמאל דאס פאלגענדע יאָר נאָך דער טויט פון ווייצמאן.

מאכטן און פאראנטווארטלעכקייטן

רעדאַקטירן
 
פרעזידענט פון ישראל ביורא (2007)

די מאכטן פון דעם פרעזידענט פון ישראל זענען בכלל גלייך צו די מאכטן פון ראש מלוכות אין אנדערע פארלעמענטארע דעמאקראטיעס, און ווערן צום מערסטן דיקטירט דורכן גרונטלעכער געזעץ: די פרעזידענטשאפט[3] וואס איז איינגעפירט געוואָרן אין 1964.[4] אויך איז דער גרונטלעכער געזעץ: די רעגירונג כולל אפטיילן וועגן די מאכטן פון דעם פרעזידענט כלפי דער רעגירונג. דער פרעזידענט חתמ׳עט יעדן געזעץ (אחוץ די וואָס געהערן צו דעם פרעזידענטס מאכטן) און אינטערנאציאנאלע אָדער ביילאַטעראלע אפמאכן באשטעטיגט דורך דער כנסת. אין צוגאב, טוט דער פרעזידענט באשטעטיקן די באַווײַזן פון אמבאסאדארן און באקומט די צערעמאנטן פון אויסלענדישע דיפלאמאטן, באשטימט דעם גובערנאטאר פון באנק פון ישראל, דער שטאט קאנטראלירער לויט דער רעקאמענדאציע פון כנסת הויז קאמיטעט, מיטגלידער פון ראט פאר העכערער בילדונג, די נאציאנאלע אקאדעמיע פון וויסנשאַפֿט, די בראָדקאַסטינג אויטאָריטעט, די אויטאָריטעט צו רעהאַביליטירן אַרעסטאַנטן, דער הויפט רבנישער ראט, די וואָלף פונדאציע, דער פרעזידענט פון מגן דוד אדום, דער פרעזידענט פון דער ישראל אַקאַדעמיע פאר וויסנשאפטן און הומאַניסטיק, און באשטימט צערעמאניש דעם פרעמיער מיניסטער. דער פרעזידענט האט אויך די מאכט צו שענקען אדער פארפירן די אורטיילן פון סיי סאלדאטן סיי ציווילע בירגער, און באשטימט צערעמאניש ריכטער אין געריכטן, אריינגערעכנט דער העכסטער געריכט, נאך דער באנעמונג פונעם יורידיציע סעלעקציע קאמיטעט.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. The Presidency in Israel (ארכיווירט 08.02.2018 ביי דער Wayback Machine) President of Israel.
  2. גרונטלעכער געזעץ..
  3. The Function and Purpose of the Presidency. Office of the President of Israel.
  4. The Existing Basic Laws: Full Texts. Knesset (parliament of Israel).