באכריין

(אַריבערגעפֿירט פון באחריין)

באכרייןערבית: אַראַביש: مملكة البحرين, קעניגרייך פון באכריין) איז אן אינזלשטאט וואס געפינט זיך אין אן ארכיפעלאג אין דעם פערסישן איינגאס, אין דרום-מערב אזיע, אינעם מיטל מזרח. סאודי אראביע ליגט מערב פון באכריין מיט פלאך וואסער צווישן זיי, קאטאר איז צו דרום, אריבער דעם באכריינער איינגאס. אין 1986 איז געעפנט געווארן א שאסיי בריק איבער דעם וואסער צווישן באכריין און סאודי אראביע, מעל המים, און מען פלאנירט עפענען אן ענלעכן בריק צו קאטאר.

באַכריין
פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענט אזיע
אָפֿיציעלע שפּראַך אראביש
הויפּטשטאָט מאנאמא

26°13′N 50°35′E / 26.217°N 50.583°E / 26.217; 50.583

רעגירונג מאנארכיע
מלך
פּרעמיער מיניסטער
כאמאד אבן איסא על כאליפא
גרינדונג דאַטום
1971
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
קוואַדראַט ק"מ
[[ליסטע פון לענדער לויט שטח|]]
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט



מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $28.124 ביליאן
וואַלוטע דינאר
צײַט זאָנע UTC + 3
אינטערנעט דאָמען bh.
טעלעפֿאָן קאָד 973+

באכריין האט די גיכסטע וואקסענדע עקאנאמיע אין דער אראבישער וועלט.

היסטאריע

רעדאַקטירן

די פארטוגעזן האבן איינגענומען די אינזלען אין 1521. די פערסער האבן געקעמפט קעגן די פארטוגעזן און אין 1743 האבן זיי געזיגט. זיי האבן געהאלטן באכריין ביז 1783 ווען אן אראבישער שבט האט איינגענומען די אינזלען. דער שבט הערשט דארט ביזן היינטיגן טאג דורך דער על כאליפא משפחה.

יידן אין באכריין

רעדאַקטירן

שוין אין 7טן יארהונדערט איז געווען אין באכריין א יידישער קהילה. דער יידישער רייזנדער, רבי בנימין טודעלער וואס האט באזוכט דעם ראיאן אינעם 12טן יארהונדערט דערמאנט די קהילה. אינעם 19טן יארהונדערט זענען געקומען צום אינזל אומגעפער 1500 יידן פון איראן, אינדיע און איראק, און דער אינזל איז געווארן א האנדל־צענטער. איינע פון די גאסן האט געהייסן "יידנגאס" און די געשעפטן דארט זענען געווען פארמאכט שבת. פון 1932, האבן אנגעהויבן אנטיסעמיטישע געפילן און יידישע הייזער זענען צעשטער געווארן און שולן פארשוועכט, און מ'האט אוועקגעגנבעט די ספרי תורה.[1] ביי די 1960ער יארן זענען נאר געבליבן בערך 250 יידן, וואס רוב פון זיי האבן זיך פארלאזט דאס לאנד. היינט וואוינען דארטן נאר ענצעלע יידן.

אין דעם פארלאמענט איז איין זיץ רעזערווירט פאר א ייד. דער אמבאסאדאר צו די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע איז א יידענע, הודא אזאר נונו, פון א יידישער משפחה אין איראק.

וועבלינקען

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. איינע פון די ספרי תורה האט מען געטראפן און זי געפינט זיך היינט אין דער "גן עדן" שול אין סטאמפארד היל, לאנדאן
אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן


לענדער אין דער אַראַבישער ליגע  
איראק - אלזשיר - אָמאן - באכריין - דזשיבוטי - טוניסיע - יארדאניע - לבֿנון - ליביע - מאריטאניע - מאראקא -סאודי אראביע - סאמאליע - סודאן - סיריע - עגיפטן - פאראייניגטע אראבישע עמיראטן - פאלעסטינע (פל"א) - קאטאר - קאמאראס - קואווייט - תימן