ניי-גינע
ניי־גינע איז דער צווייט־גרעסטער אינזל אין דער וועלט, נאך גרינלאנד, מיט א שטח פון 786,000 קוואדראט ק"מ. די צאל איינוואוינער איז אומגעפער 7.5 מיליאן, מיט א נידריגער געדיכטקייט פון 8 נפשות צו א קוואדראט ק"מ.
ניי־גינע ליגט אינעם פאציפישן אקעאן, צפון פון אויסטראליע.
פאליטיש איז דער אינזל צעטיילט אויף צווי טיילן וואס זענען מער ווייניגער גלייך:
- דער מערב טייל געהערט צו אינדאנעזיע. ער הייסט פאפוא, צעטיילט אין צוויי פראווינצן פאפוא און מערב פאפוא.
- דער מזרח טייל איז אן אומאפהעניקע מדינה - פאפוא ניי-גינע.
געאגראפיש געהערט דער אינזל צו מעלאנעזיע, דער מערב געגנט פון די פאציפישער אקעאן אינזלען.
דער אינזל איז באדעקט מיט בערג. דער העסטער בארג איז פאנטשאק דזשאיא, וואס דערגרייכט א הייך פון 4,884 מעטער. פון דעם שטאנדפוקט פון בעלי חיים איז ניי-גינע גאנץ ענלעך צו אויסטראליע מיט אזעלכע חיות ווי וואלאביס, איגלען און אפאסום.