װיקיפּעדיע:פארלאמענט/אקטאבער ארכיוו 2006
זאל מען טוישן די ייווא אידיש אויפן הויפט בלאט צו נארמאלע אידיש? אדער נישט.
רעדאַקטירןיא שרייבן אן נקודות --אבישי 20:32, 25 אקטאבער 2006 (UTC)
ניין
- ►רוני◄ 17:21, 25 אקטאבער 2006 (UTC)
פארשפארן באנוצער יודל אויף דריי חדשים
רעדאַקטירןדי פאלגענדע טענות זענען בעיקר באזירט אויף דעם קלארן וויקיפעדיע פאליסי פון נישט טשעפענען אנדערע באנוצער. כאטשיג באנוצער יודל איז די גרעסטער באנוצער דא בכמות נישט באיכות זעהן מיר איין אז מען דארף אים איינבינדען אויף 3 חדשים צוליב:
- אונדזער באנוצער יודל ווערט ווארשיינליך אנגערופן אלס א שווערער וואנדאל.
- ער שרייבט ווידער און ווידער אין די וויקיפעדיעס ארטיקלען פערזענלעך קעגן אנדערע באניצערס כאטש וואס די אלע אנדערע באניצערס האלטן אנדערש ווי אים.
- איז ער ממשיך צו צוריקדרייען זיין ארבייט, ער דרייט ווידער און ווידער צוריק.
- ווען מען זאגט אים זאל ער נישט צווינגען זיין איינציגע דעה אויף אלעמען, ענטפערט ער אז אלע זיינען דא איין באנוצער מיט אנדערע נעמען (סאקפאפען).
- ער טוט אטאקטירן דא יעדער באנוצער פערזענדליך אויף גאר א מאדנער אוממענטשליכער אופן. די באניצערס דא קענען נישט פארשטיין פארוואס ער טוט דאס.
- ליידער זיינע אקטן צושטערן נאכאנאנד די אויפבוי פון די וויקיפעדיע וואס ווארשיינליך וועגן דעם איז דא געווארן לעצטנס א טויטע ארט ווו קיינער וויל נישט שרייבן.
- ער וויל ווארשיינליך ווערן דא הויפט-מנהל, און דערפאר האט ער אנגעהייבן שרייבן אין "באניצער:jiddisch'ס" רעדן בלאט ווארענונגען אויף ענגליש
אלזא בעטן מיר פון די באקאנטע באניצערס זאלן זיך דא מיטיילן אין די וואלן צו מען זאל אפשטימען יודל אלס א וואנדאל און אים פארשפארן אויף 3 מאנאטן. (אויב ער וועט וועלן וועט ער זיך קענען איינשרייבן פון דאס ניי אן פארציילן ווער ער איז).
שרייבט דא אונטער אייער נאמען מיט וואס איר שטימט
יא אים פארשפארן
רעדאַקטירןמיט וויי און פארדראס. ►רוני◄ 10:06, 27 אקטאבער 2006 (UTC)
עס טוט וויי אז צו איינער וואס ארבייט אזויפיל פאר וויקיפעדיע זאל מען דאס דארפן טאן. אבער איך זעה נישט קיין אויסוועג.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 14:31, 27 אקטאבער 2006 (UTC)
נישט אים פארשפארן
רעדאַקטירן--יודל 14:14, 5 נאוועמבער 2006 (UTC)
2 רעזולטאטן
רעדאַקטירן- דערווייל האט מען פון אים אראפגענומען די סיסאפ-רעכטן (וואס ער האט קיינמאל סיי ווי סיי נישט גענוצט) וואס דאס וועט העלפן מען זאל קענען אויסהיטן ארטיקלען פון נישט אנגענומענע ענדערונגען. ►רוני◄ 16:33, 28 אקטאבער 2006 (UTC)
- און באנוצער:רוני האט געטוישט פאליסי אז ער מעג אים ארויסבלאקירן פון אלע ארטיקלן ווי ער פארלייגט זיך, ווייל די קאמיוניטי האט געוויילט מיט א רוב אז ער איז א נערווען קריכער. --יודל 01:20, 31 אקטאבער 2006 (UTC)
- יעדר איינער זאל פארשטיין וויאזוי דאס איז צושטאנד געקומען. וויבאלד איך האב זיי געלאזט רעדן לשון הרע, און נישט גענטפער פאר דעני, וואס דא גייט פאר. האט דעני קודם מיך אוועק גענומען מיינע סיסאפ כוחות, ווייל איך האב דאס סיי ווי סיי קיינמאל ניטשט גענוצט! איר הערט... מיין יושר און גראדקייט האט זיי געגעבן שטאף... אומגעלויבליך!! אבער זיי נישט געזארגט, וויקיפעדיע איז נישט הייד פארק דא הערשט א פרייהייט וואס איר וועט נישט גלייבן. איך וועל זיי אלעס קלאר שטעלן, סוועט נעמען אסאך צייט אבער מיר וועלן אי"ה אויפווייזן פונקטליך ווער דער רוני איז, דער עולם זאל בלויז האבן געדולד...--יודל 03:35, 29 אקטאבער 2006 (UTC)
- איך בין דא מגלה דעת נאכאמאל אז איך האב קיינמאל נישט גענוצט מיין סיסאפ כוח, און איך דארף נישט די כוח, אז טאמער דער וואנדאל רוני שמאלץ אלזוז האלטן איין פאליסיס,- פארגין איך זיי דעם נישטיגן נצחון פון אוועק נעמען פון מיר א כוח וואס איך האב קיינמאל גענוצט. אבער וויבאלד דערווייל ברעכן זיי אלע פאליסיס און שפארן מיך אויס אויב איך פארעכט. דאס מיינט אז זיי ווילן זיך משתלט זיין דא מיט געוואלד און טעראר. היה לא תהיה. געדענקט א טראל געווינט נאר טאמער איר לאזט אים. מיר וועלן אים נישט לאזן.--יודל 04:50, 29 אקטאבער 2006 (UTC)
למעשה ווייס איך נישט צו מען האט צופיל אויפגעטאן מיטן אוועקנעמען די כח פון אים. אויפגעטאן האט מען ווייל דער האט געדראעט אז ער וועט דאס נוצן לויט זיין פארשטאנד, אבער נישט צופיל, ווייל דער וועט נאך ווייטער וואנדאלאזירן און פארטרייבן פרישע באנוצער. האפענטליך וועל איך נישט זיין גערעכט. אבער ביזדערווייל יישר כח פארן נעמען די זאך אין די הענט, אז דא זאל נישט זיין ארגער ווי הייד פארק וכדו' וואס די פרייהייט איז שוין באלד מער ווי דא נאך די שטארקע האנט וואס באנוצער יודל וויל אריינברענגען.--אלזוז 13:35, 29 אקטאבער 2006 (UTC)
רעדן וועגן דעם
רעדאַקטירןענטפער פון יודל:
קודם א גילו דעת איך האלט אז די אלע אויבן דערמאנטע באנוצער זענען אלע איינס. און זייער שטימע איז נישט גערעכענט זעה וויקיפעדיע:סאקפאפעט
און איצט מיינע ווערט געוואנדען צו מיין בר פלוגתא:
און די סיבה פארוואס איך מאך אים נישט נאך און שטים אויף פארקערט מיט סאקפאפעט נעמען אים צו געווינען, איז ווייל עווידענטלי אים גייט ניטש אן אז מען בלאקירט אים ארויס פון דא. ער האט שוין וואס צו פארלירן זינט איך האב אים אויפגעדעקט אלס א בייזער הונט וואס וויל צושפארן וויקיפעדיע, איך פון די אנדערע זייט, וויל נישט טאן קיין אומלעגאלער זאך וואס קען מיך לייגן אין סכנה פון אויסגעשפארט ווערן, ווייל אויב איך וועל נישט שרייבן דא וועט וויקיפעדיע זיין פארמאכט. און זיין וואונטש ערפילט היה לא תהיה.
למעשה האסטו נישט אנגעוויזן אויף קיין שום לינק אוואו איך האב געבראכן פאליסי, ממילא איז דיין פארלאנג מיך אויסשפארן א אפענע וואונטש אן קיין שום ארבייט איר צו ערוויקליכן. עס איז א העצע פונקט ווי פריער מיט דיינע אלע אנדערע נעמען. צו שאפן אזא טעם כאילו דא טוט זיך א מערערע צאל באנוצער וואס האלטן אז איך בין א שטער דא. כאשטיג יעדער פארשטייט אז די אידישע וויקיפעדיע איז בלויז איך און דו, אבער דאך וועל איך דאס אפענטפערן געהעריג כדי זאלסט נישט קענען העצן דא אפען.
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:
- איך קען נאר הייסן א וואנדאל ווען איך האב עובר געווען אויף איינע פון די 12 סארטן וואנדאליזם וואס ווערן אויסגערעכענט אין די [[וואנדאל בלאט, איך האב ברוך ה' נישט געבראכן קיין איינס פון די, בשעת ווען דו האסט געבראכן כמעט אלע, דיין תירוץ איז בלויז געווען אז דו האסט געוואלט נקמה נעמען אויף א עוולה קעגן דיר.
- איך האב נאר געשריבן פערזענליך קעגן אנדערע און לטובת אנדערע ווען דאס איז געווען א אינטערגאלער טייל פון א ארטיקל, ווי למשל ביי אידישע וויקיפעדיע האט זיך אויסגעפעלט צו באשרייבן די מערסטע אקטיווע באנוצער דא, און וואס זיי האבן אלס צוגעגעבן צו אונזער וויקיפעדיע, דער אמת מיט לינקס און באווייזונגען, ווי אויך אין ארטיקל ביוראקראט בין איך מסביר וואס דאס מיינט דורך א משל פון אונזער ביראקראט דא.
- איך האב נישט צוריקגעדרייט קיין איין ארטיקל אן אויפקלערונג. דו זאגסט ליגענט. סך הכל האב איך צוריקגעדרייט אלזוז'ס און אלע דיינע אנדערע נעמען, נאכער וואס זיי האבן געבראכן די פאליסי פון נישט צוריקדרייען אנדערן'ס ארבייט מער ווי 3 מאל פון א מעת לעת. דעמאלטס וואלט איך ווען געברויכט פארשפארן דעם ארטיקל אבער אזוי ווי איך בין א נוגע בדבר האב איך דאס סתם צוריקגעדרייט צום לעצטען לעגאלער ווערסיע.
- עס איז אמת. און עס איז טאקע איין באנוצער, ווי איך האב אויפגעוויזן עטליכע מאל, אבער אפילו דו ווילסט לייקענען מיינע באווייזן מיט א שטילשווייגעניש, איז יעדער מודה אז די באנוצער נעמען וואס דו רעדסט זענען גאר שוואכע באטייליגער דא. איך רעדט נישט פון באנוצער:אלזוז וואס ער איז בלויז דא פארן ברעכן פאליסי. איך רעדט שוין פון באנוצער:קאצקער וואס ער האט טאקע געשריבן דא לאנגע ווערדפולע ארטיקלן, אבער דאך איז זיין ערשטע הודעה אן געווען מיט א אפענער ציל דא חרוב מאכן און אויסמעקן קליינע ארטיקלן, און רעבישע לשון הרע'ס וואס מען האט נישט קיין מקור. אויף דעם ערשטן האב איך אים געווינען און אויפן צווייטען האט ער מיך געווינען. יא די אלע זענען פאראייניקט קעגן מיר אין א קאמף, צו זיי זענען אלע איינער?, איך האב געשריבן מיט באווייזן אז יא. דו האסט דאס קיינמאל געהעריג אפגעוואנדן. בכלל דיין סטייל צו מאכן אנדערע נעמען, און זאגן אז יעדער האלט אזוי איז א בפירוש'ער עבירה וואס מען דארף דיך אויסשפארן נישט מיך, ביטע זעה וויקיפעדיע:סאקפאפעט.
- אויף דעם זאך בין איך מסכים אז איך אטאקיר יעדן איינעם דא וואס זעהט מיר אויס ווי א וואנדאל ווי באנוצער:אלזוז און אויך די באהאלטענע וואנדאלן וואס איך האב נאך נישט געהעריג אויפגעדעקט זייער שלייער, אבער איך האלט אינמיטן, אין דעם איז אריינגערעכענט: באנוצער:רוני; באנוצער:שמאלץ; באנוצער:קאצקער.
- פארוואס דא איז שטיל? שפילסטו מיט ליגענט: דו ווייסט גאנץ גוט, אז זינט איך האב אויפגעהערט צו שרייבערן מיט מערערע נעמען ווייל דו האסט מיך אויסבלאקירט, האך איך זיך צוריקגעקערט צו איין נאמען, און דו ווילסט איצט פארקויפן אז די אלע נעעמען זענען פון דא אוועק געגאנגען. גאנץ גוט... אבער יעדער קען זעהן אז היינט שרייב איך מיטן נאמען יודל פונקט ווי אלע אנדערע נעמען וואס איך האב גענוצט ווען יודל נאמען איז געווען טויט. און לגבי פארוואס באנוצער:קאצקער באנוצער:אלזוז באנוצער:שמאלץ און באנוצער:רוני זענען שטיל, איז עס שוין גארנישט קיין ליידער, דאס איז די שטערקסטע שמחה וואס קען זיין. איך האב דא אהערגעקומען מיט איין ציל ארויפארבייטן וויקיפעדיע, אין דעם איז דער גרעסטער טייל פון מיין ארבייט צו זיין ווי א וואטש דאג קעגן יעדן נייעם באנוצער וואס וויל דא חרוב מאכן, עס איז אפען און קלאר פאר יעדן וואס האלט אביסל מיט די אידישע בלאגספערע אז מיר זענען פארפיינטעט ביי די אלע הייד פארק אידיש שרייבער און פון צייט צו צייט קומען זיי אהער דא מיט פארשידענע תחבולות מיך איבערקלוגן, איינמאל לייגן זיי אהער אריין אלע ארטיקלן זייערע וואס זיי שרייבן פארן דער בלאט אדער צייטשריפט כדי צו מאכן א רושם אז זיי שרייבן אסאך דא. איינמאל שרייבן זיי פאליסי מיך צו שמאל מאכן, אז מען טאר נישט שרייבן קעגן הייד פארק (אונטערן אלזוז נאמען) אדער אז מען דארף בלאקירן איינעם וואס זאגט א שעלט ווארט (אונטערן קאצקער נאמען) אדער אז איך שלאג זיך צופיל מיט טענות (אונטערן שמאלץ און רוני נאמען) דאס זענען אלע איין איינציגער קאפ שטיק. און איך מאך אים שטיל שרייט ער קאזאק הנגזל אז איך מאך אים שטיל. יא דאס וועל איך ווייטער טאן. און אז עס געפעלט דיך נישט איז מיר די גרעסטע הנאה דיך צו הערן וויינען איבער דעם.
- איך האב געשריבן אויף ענגליש א ווארענונג כדי זאלסט נישט קענען זאגן שפעטער אז מען האט דיך נישט געווארענט. דו האסט אביוזד דיין סיסאפ כוח, און איך וויל זיכער מאכן דאס זאל זיך נישט איבערחאזערן, דורך דיך ווארענען געהעריג אויף די שפראך וואס די סטוארט פארשטייט. וזהו.
--יודל 10:13, 27 אקטאבער 2006 (UTC)
- עס איז אינטערסאנט ווי דו קוקסט דאס אלס אן מיט א זיכערקייט אז מיר זענען אלע איין מענטש, אבער עס פאלט דיר גארנישט איין אז די סבה פון שוואכע אויפווייזונגען אז מיר זענען נישט איינס איז דערפאר ווייל מיר ווייסן אויף זיכער אז מיר זענען נישט איינס.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 14:20, 27 אקטאבער 2006 (UTC)
- גוט מארגן, אינטערסאנט איז אז דו ריפסט דיך נאר אן ווען דיין קאמפ איז שוין פארלוירן. ווי צום ביישפיל וועסטו קיינמאל נישט ווארענען קיין וואנדאלן, ווי דיין אנדער נאמען, באנוצער:רוני און באנוצער:אלזוז ווען זיי זענען אין געפעכט מיט מיר, און זיי ברעכן די פאליסיס. בלויז נאכדעם וואס דו פארשפילסט רופסטו דיך אן, מיט דעם נאמען שמאלץ, און פארדאמסט זיי אזוי פארעווע, כדי צו שאפן אן אימעזש אז דו ביסט נישט די יעניגער. דאס איז אויך די סיבה פארוואס דו האלטסט אין איין שרייבן אז דו וואונסט אין לעיקוואד און שרייבן נייעס מיט ארטיקלן וואס האבן מיט דעם. יו אר פולינג נאובאדי, קענסט דיך געזונטערהייט שפילן דיינע קינדערישע געימס אבער וואלן איז א זאך וואס דו טארסט נישט נוצן.--יודל 14:23, 27 אקטאבער 2006 (UTC)
- א בעסערס. איך האב דיר זייער גוט גענטפערט, מיט דאס אז דו האסט דא די לעצטע ווארט מיינט נישט אז איך האב דיר נישט גענטפערט.--יודל 14:28, 27 אקטאבער 2006 (UTC)