װיקיפּעדיע:פארלאמענט/יוני ארכיוו 2006
אין וועלכע פארמאט שרייבן דאטן פון מאנאטן און יארן?
רעדאַקטירן- מעגליכקייט נומער 1: שרייבן לויט דער אידישער לוח. א יידישע וויקיפעדיע דארף מען שרייבן מיט א יידישע קאלענדער. און מען קען זיך העלפן מיט די לינק צו אומדרייען דער קריסטליכע קאלענדאר צום יידישן קאלענדאר.
- מעגליכקייט נומער 2: שרייבן לויט די קריסטלעכע קאלענדאר, ווארום רוב אינפארמאציע אויפן אינטערנעט, איבערהויפט אין די פרעמדע שפראכן פון דער וויקיפעדיע, זיינען געשריבן לויט דער קריסטלעכע קאלענדער. (בפרט ווייל אין געוויסע ארטיקלען פון די פרעמדע שפראכן איז געשריבן נאר די יאר (אָן דער מאנאט), און אויב מען וועט דאס איבערדרייען צום יידישן לוח קען דאס זיין נישט גאר פונקטליך).
- מעגליכקייט נומער 3: שרייבן ביידע קאלענדערס. דאס איז פון איין זייט א פשרה, אבער פון צווייטן זייט וועט זיין שווער צו שרייבן יעדע ארטיקל צוויי מאל.
אין די ארטיקלען קען מען געוויס שרייבן פון ביידע קאלענדערס, די פראגע איז נאר לגבי באזונדערע ארטיקלען פון מאנאטן און יארן.
שרייבן אידישע יארן
רעדאַקטירןשרייבן קריסטלעכע יארן
רעדאַקטירן- די גרעגארישע קאלענדאר (וואס איר רופט קריסטליכע) איז דער קאלענדאר וואס ווערט גענוצט אין יעדן וויסנשאפט געביט אין כמעט יעדן שפראך, און איז דאס וואס מענטשן אין די מערב וועלט נוצן אוטאמאטיש. איך האלט עס האט נישט קיין זין צו ניצן עפעס אנדערש אויף אלגעמיינע ארטיקלען. ארטיקלען איבער אידישע געשעענישן איז ראטזאם צו ניצן ביידע. --קאצקער 22:14, 6 יוני 2006 (UTC)
- אין אלגעמיין ביסטו גערעכט, אבער אויב אפילו מיר וועלן נוצן די קריסטליכע קאלענדאר (וואס איר רופט גרעגארישע) וועט דאך דער יידישער קאלענדער אינגאנצן אונטערגיין.
2. איך האלט אויך אזוי --מענטשעלע 15:32, 9 יוני 2006 (UTC)
שרייבן ביידע קאלענדערס
רעדאַקטירןרעדן: וועלכע קאלענדאר שרייבן
רעדאַקטירןדי אונטערשייד צווישן ביידע קאלענדארס איז קליין, און איינע פון מיינע צילן אין דער וויקיפעדיע איז צו אויפלעבן די יידישע קולטור, און דער קאלענדאר איז איינע פון זיי. ►רוני◄ 11:18, 6 יוני 2006 (UTC)
כ'מיין אז די אינטערוויקיס קען צייגן צו די אלגעמיינע קאלענדער.--שמאלץ 14:48, 6 יוני 2006 (UTC)