װיקיפּעדיע:פארלאמענט/מערץ ארכיוו 2006
ווי אזוי אנטיטלען רבנים? 4#
רעדאַקטירןגעוויינטלעך איז דער שטייגער צו שרייבן ביים קעפלאך פון ארטיקלען נאר נעמען אן קיין טיטלען. אבער וויבאלד ביי רבנים קען זיין א זלזול און טשעפען די גלויביגע, דערפאר איז די שאלה צו מען זאל לייגן אויך דער טיטל "רבי" פאר דער נאמען.
אויף יעדנספאל זאל מען נישט לייגן מער ווי "רבי".
יא לייגן דער טיטל "רבי"
רעדאַקטירן- ►רוני◄ 19:08, 2 מאַרץ 2006 (UTC)
- --יעקב 19:42, 2 מאַרץ 2006 (UTC)
- --Amsgila123 20:11, 2 מאַרץ 2006 (UTC)
- יא אבער מען זאל מאכן רידיירעקטס צו פשוטע נעמען און נישט מעקן אויב איינער האלט אז זיין רב איז אויך א רבי--יודל 05:03, 3 מאַרץ 2006 (UTC)
- איך וואלט געוואוט אז ניין, אבער אזוי ווי מען האט שוין אזויפיל ארבייט אריינגעלייגט אין רוקן די אלע ארטיקלן וויל איך בעטן דעם עולם צו מוותר זיין און לאזן די רעבי טיטולן.--קרעכמער 18:46, 12 מאַרץ 2006 (UTC)
- איך האלט אז יא --שרייבער 12:26, 24 מאַרץ 2006 (UTC)
ניין (נישט לייגן דער טיטל "רבי")
רעדאַקטירן- נײן. קעפלאך פון ארטיקלען טוען אינפערמורן דעם נאָמען פֿוּן דעם מענטש/זאַך/אד״ג פֿוּנעם זאַך װאָס װעט באַהאַנדולט װערן אונעם ארטיקל, "רבי" איז אַ פּאָסטן (בײַ רביס) אָדער אַ טיטל (בײַ בעלי בתּים), דאָס איִז שױן עקסטרע איִנפֿאָרמאַציִע, עס בלאַנגט אוּנעם אַרטיקל נישט בײַם נאָמען טײל.--Mosha 06:35, 8 מאַרץ 2006 (UTC)
- ניין. אויסדרוקליך נישט לייגן קיין טיטלן פון קיין מענטשן יהי' מי שיהי' נאר אין די גוף הארטיקל. משה
- ניין. עס וועט פאר'גשמ'ן דעם באדייט פון פרייע פרעסע. איינער וועט שרייבען רבי, דער דריטער וועט מוזן צולייגן הגאון הקדוש. לאזט דאס ארויס ביטע! --אלץ-ווייסער 20:42, 8 מאַרץ 2006 (UTC)
- ניין. מען דארף זיך האלטן צו די וויקי סטאנדארדן פון NPOV. טענות פון זלזול האט נישט קיין פלאץ אין אן ענציקלאפעדיע. מענין לענין: אין דעם ארטיקל גופא מעג מען זיך באגנוגן מיט רבי, און מען דארף נישט ניצן קיין הרה"ק, זי"ע, זצוקללה"ה, א.ד.ג. --קאצקער 10:41, 12 מאַרץ 2006 (UTC)
- ניין עס איז נישט אויסגעהאלטן, א טיטול איז נישט קיין נאמען.--Hebrew 19:04, 12 מאַרץ 2006 (UTC)
- ניין, בלויז דעם נאמען וואס ער אדער זי האט באקומען צום ברית אדער ביים קידוש.--Issak 11:27, 19 מאַרץ 2006 (UTC)
- ניין, נישט ר' נישט רבי און נישט קיין שום אנדערע טיטול, לטוב או לרע. פעריאד.--יואל 13:02, 24 מאַרץ 2006 (UTC)
רעדן #4
רעדאַקטירןקרעכמער, דאס איז נישט קיין סיבה, איך קען זיי אלע צוריק טוישן אין עטליכע מינוט. שטימ לויט דיין ריכטיגע פארשטאנד ►רוני◄ 18:49, 12 מאַרץ 2006 (UTC)
- שוין איך געמיינט צו זאגן אז אפילו דו וועסט דאס צוריק טוישן וועסטו קיינמאל נישט פארטיק ווערן און דו וועסט מיעד ווערן זיך צו שלאגן מיט באנוצער קאצקער און באנוצער יעקב און אזוי ווייטער יעדער איינער האלט דאך אז זיין רבי איז געבוירן מיט דעם נאמען רבי, זיי וועלן דאס צוריקטוישן פאר די נעקסעטע הונדערט יאר, איז למען השלום פארקוק איך אויף דעם פראבלעם און איך מאך שלום מיטן נאמען רבי אויף זייערע פירער. --קרעכמער 18:53, 12 מאַרץ 2006 (UTC)
- גראדע דער קאטצקער האט געשטימט קעגן לייגן א טיטל ביים קעפל, חוץ פון, דער וואס האט באוועגט אלע רבנים מיט א טיטל האט נישט געטאן ריכטיג, ווייל ער האט געדארפט ווארטן א וואך ביז די וואלן וועלן ווערן באשלאסן. ►רוני◄ 21:33, 12 מאַרץ 2006 (UTC)
געשטימט: נישט אנטיטלען רבנים ביי זייערע קעפלאך ►רוני◄ 14:06, 25 אַפּריל 2006 (UTC)
זאל מען לאזן פרומע רעליגיעזע פאליטיק געפעכטן? 5#
רעדאַקטירןאיז עס פאר די אינטערעסן פון וויקיפעדיע עס צו האלטן העכער פון פרומע (פארטייאישע) געשלעגערייען און געראנגעלען, א שטייגער ווי ארונים/זאלונים, באבוב 45 און 48? אדער ליובאוויטש קעגן משיחיסטן וויזיניץ ר' מענדלע און ר' ישראלטשע, פאנאוויטש, אגודה דגל, בעלזא גור. און טענדלער משפחה נייעס א.א.וו.
די טענות צו יא לאזן שרייבן פרומע פאליטיק זיינען:
- חסידים זענען נישט העכער פון געזעץ. זייערע פאליטיק איז נישט קיין שמוץ. און אויב איינער באגייט עפעס סיי וואסארא ענין וואס איז אמת, און ער איז א פובליק פיגור, איז דאס אין פלאץ צו באשריבן ווערן. עס איז נישט קיין שום חילוק צווישן גואישע פאליטיק און יידישע פאליטיק. אלעס וואס מען מעג שרייבן אויף פרעזידענט בוש און זיין פאליטישע ראטגעבער מעגן געשריבן ווערן אויף די אידישע פירער.
- דאס איז דער יסוד פון וויקיפעדיע נישט צולאזן קיין שום צענזור ח"ו, און קיין שום פארעם מאיזהו סיבה שיהי'.
- מען זאל ענדערשט מעודד זיין אזעלעכע אינפארמאציע ווייל אנדערשט ווי די איבער 250 שפראכן פון גואישע וויקיפעדיע'ס איבער די וועלט, האבן זיי גענוג און נאך צייטונגען, זשורנאלן, בלאגס, טעלעוויזיע, ראדיאו, און פובליק דעבאטעס, פארום'ס וואס טוען אויסלופטערן נאקעט זייערע פובליק פירער דורך און א דורך, אבער ביי אונז פרומע אידן הערשט לא עלינו א הפקר וועלט, די צוויי דריי צייטונגען וואס מיר האבן שוין יא, זענען פיל מיט צענזור, קענען די פירער טאן וואס זיי ווילן אן קיינער זאל דאס געהעריג דאקומענטירן ברבים און זיי האלטן צו גערכעטיגקייט. דעריבער פעלט זיך דאס עקסטער גאר שטארק אויס ביי אונזער יידישער וויקיפעדיע נישט צו דולדען קיין שום צענזור ח"ו. דאס איז דאך דער גרעסטער ציל פון אונזער וויקיפעדיע, צו פארדעקן דעם לאך פון אינפארמאציע וואס פעלט ביי אונזער געזלעזאפט וואס ווערט געהאלטן אין פינסטער לגבי ווער זענען אוזערע פירער, דעריבער איז דא קריטיש וויכטיג דייקא יא ווי מער צו פארציילן דעם אמת און נישט פארקערט איר צו דערשטיקן.
- אנדערשט ווי ביי אלע פעלקער אין די וועלט ווערן זייערע פירער גרויס צו געוועלטיקן אויפן ציבור דורך סיסטעמען וואס האט נישט מיט ערליכקייט איינגעלייגט, צו ווייל ער איז א חונף אדער צו ווייל ער איז רייך, און אזוי ווייטער. אבער ביי אונזער פרומער תורה'דיגער געזלעשאפט ברויך דאך א פירער דינען אלס חינוך מאדעל, און עקזעמפל פון קדושה יראת שמים און שלימות המידות. פעלט זיך דעריבער מער אויס פון אלע אנדערע וויקיפעדיעס אז מיר זאלן לאזן אויסלייגן און אויספראקן אונזערע פירער'ס פובליק רעקארדס צו זייער לעבן שפיגלט טאקע אפ די תורה הק' צו נישט.
- אנדערשט ווי א נארמאלע אנציקלאפידיע וואס דארטן קען מען אפשר פארשטיין אז מ'זאל אוועקשטיין פון מחלוקת און נעגעטיווע אינפארמאציע וואס האבן שלעכטע מאטיוויציעס. אבער וויקיפעדיע איז דאך דער ציל דאס אוועקטאן און איבערשטייגן דעם שטרויכעלונג, ווייל וויבאלד מיר זענען פריי פאר יעדן איינעם צו פארעכטן, גייט אונז דערפאר נישט אן וואסארא מאטיוויציעס דער שרייבער האט געהאט בשעתן שרייבן, ווייל עווענטואל קומט אן אנדער שרייבער און פארעכט די האס און ווילדן טאן, ממילא ווערט דאס אויס נעגעטיוו, קומט דאך אויס אז רוב מאל די קולות און טענות פון די צענזור חסידים איז פשוט פון פוילקייט, אז זיי זענען פויל צו פארעכטן דעם אינפארמאציע פון נעגעטיוו צו פאזיטיוו. - עס איז נישט פארהאן קיין זאך אין די וועלט וואס מ'זאל נישט קענען מצדיק זיין און דן זיין לכף זכות ווי דער חיוב.
- עס איז ליידער א שווערער זאך צו רעדן אין פובליק איבער די עוולות פון אונזערע פירער, מען פארלירט די ביזנעס, מען ווארפט ארויס די קינדער פון די מוסדות, און מען קען קיין שידוך נישט טאן מיט זיי, אויב טרויערט מען זיך ארויסצורעדן קריטיק אויף אונזערע קדושים. דעריבער איז ווי געווינטשען דעם וויקיפעדיע מעדיאם, אז מ'קען זיך דורכשמועסן און זאגן אפען וואס עס טוט וויי אויפן הארץ אן אויסשטיין די נאכווייען, צוליב די באהאלטענשאפט פון אונזער אידענטיטעט. ברוך ה' פאר דעם!
די טענות צו נישט לאזן שרייבן פרומע פאליטיק זיינען:
- סאיז דא זייער אסאך באנוצער וואס פילן זיך באליידיגט אויב מען באשרייבט אומאנגענעמענע פאקטן איבער זייערס א מענטש, און דאס ברענגט צו וואנדאליזם. ווייל אויב חיים וויל באשטינקען זרח'ן ווייל ער באלאנגט צו די אנדערע פארטיי, האט ער דעם גרין לייט, און דערנאך וועט זרח זיך נישט צוריק האלטן נאר צוריק שרייבן דאפעלט אויף חיים. וועט דאס פארוואנדעלט ווערן אין א היידפארק - אין דעם הינזיכט - אז פארטייען צאלן געלט פאר שרייבער צו האקן א גאנצן טאג קעגן זייערע שונאים. עס איז דאך אן אינציקלאפידיע פאר אלוועלטליכע נוטראלע טעמעס, אן השמחות און דעגראדאציעס פון א פאליטישן כאראקטאר וועט נאר פארמיאוסן און פארטרייבן דעם ליינער.
- וויקיפעדיע איז נישט א נייעס-בלאט, מיר זיינען נישט קיין צייטונג, נישט יעדע געשעהעניש וואס פאסירט ביי א פובליק מענטש, פאסט צו שרייבן אין א וויקיפעדיע, אפילו ווען יענער איז א גוי - ווייל געוויינליך נעגעטיווע געשענישען זענען נישט ווערט צו געדענקן און א אנציקליפידיע איז נאר שייך אויף זאכן וואס איז ווערט צו געדענקן.
- וויבאלד די אלגעמיינע פרומער עולם האט נישט קיין אינטערנעט צוטריט צוליב די איסור פון רבנים קעגן אינטערנעט וועט זיך שאפן אן אומבאלאנץ ווי זיי וועלן נישט קענען געהעריג אפענטפערן די נעגעטיווע אינפארמאציע קעגן זיי.
- נעגעטיווע אינפארמאציע ברויך טאקע נישט געשריבן ווערן קעגן קיינעם. אפילו קעגן פרעזידענט בוש אויך נישט - פשוט דערפאר ווייל מיר שרייבער זענען אידן וואס קאכן זיך נישט אין קיין נעגעטיווע ענינים.
- עס איז דא געוויסע אקטן וואס איינפאך פאר א וועלטליכען עם הארץ קוקט דאס אויס נעגעטיוו אבער פאר א פרומען רעליגיעזן מאן איז דאס א פאזיטיווער אקט. ווי למשל קנאות'דיגע אקטן. ממילא קומט אויס אז מען באשמוצט יענעם שלא ביושר.
- רעביס און חסידים זיינען א הייליגער באגריף און סתם א טמא'נער וויקיפעדיע איז נישט דאס פלאץ פון זיי צו שמועסן. נאכדערצו אויף א נעגטיווען אויסגעשפראכענער אופן, דאס איז א שרעקליכער חילול הקודש וחילול שמו יתברך, וואס אך און וויי וועט זיין פאר די יעניגע וואס האבן א חלק אין אזא אקט ה"י, דאס איז אן אחריות לדורות וואס סאיז אומעגליך צו אפשאצן די נאכפאלגן פון אזאלכע געשרייבאכצער וד"ל.
- עס פשוט נישט שיין, נישט עטיש, און נישט שכל'דיג. מה יאמרו הבריות אויף א משפחה וואס באשמוצט זייערע אייגענע ברודער און שוועסטער אין פובליק, האט איר דען נאך קיינמאל געהערט פון דעם פאלקס ווערטל: "מען וואשט נישט קיין שמוציגע וועש אינדערויסן"? דער פאקט איז אז אינטערנעט ליינען כל מיני פרעמדע עלעמענטן וואס זיין עקספּאויזט צו די שמוציגע פאקטן קען זיי נאר פארעקלען פון אונז און שאָטן אונזער אייגענע אגענדע. עס פארשעמט אונז און מיר טוען זיך אליינס וויי.
שטימט דא אייער מיינונג:
רעדאַקטירןיא לאזן שרייבן פרומע פאליטיק
רעדאַקטירן- מען מעג שרייבן פאקטן, אבער נישט שרייבן פריוואטע אינפארמאציע אויף א צווייטן, און מען זאל זיך משתדל זיין שרייבן אינפארמאציע וואס פאסט צו שטיין אין א ענציקלאפעדיע, אויב צ.ב. עמרם כהן זיין עיקר ענין אין לעבן איז צו זיך אננעמען פאר די ארונים קען מען דאס שרייבן, אבער נישט אין יעדע טעמע דארף מען אריינרוקן די ארונים מיט די זאליס. ווער עס האלט אז פאליטישע נייעס פון רעבעס פאסט נישט צום וויקיפעדיע קען דאך איינלייגן זיין מוט צו פארברייטערן אנדערע טעמעס אנשטאט צו פארטאן מיט מעקן "אומוויכטיגע" אינפארמאציע. ►רוני◄ 00:34, 17 מאַרץ 2006 (UTC)
- אויב איז עס אמת, און דער באטרעפענדער איז א פובליק פיגור, זאל מען דאס באשרייבן, און נישט צענזורירן.--יודל 00:57, 17 מאַרץ 2006 (UTC)
- יא מען מעג שרייבען פאקטען, אבער נישט אלע ארטיקלען וואס מען קען אריינמישען רי זאלי-ארוני געשלעג דארף מען עס אריינמישען, נאר ווי דער מענטש איז "נאר" באקאנט דורך די מחלוקה --Amsgila123 01:36, 17 מאַרץ 2006 (UTC)
- יא, אױב איז עפּעס אַ פֿאַקט דאַרף עס האָבן פּלאַץ אינעם וויקיפעדיע אפילו אױב עס איז נישט פֿאַר יעדנס געשמאַק, אָבער מען דאַרף שטאַרק אַכט געבען קעגן סתּם פֿאַנטאַזיעס. --Mosha 05:13, 17 מאַרץ 2006 (UTC)
- יא, זיכער זאל מען שרייבן, ווילאנג מען שרייבט נאר פאקטן און נישט קיין אויפגעטראכטע זאכן. דאס איז באמת דער פראבלעם מיט היימישע פאליטיק--אפט איז עס נאר יחידים וואס ווייסן פונקטליכע פאקטן און רוב עולם רעדט נאר נאך שמועות פון גאס. מען דארף פארלאנגען אז קאנטראווערסיעלע פאקטן זאלן קומען מיט א מקור, אדער זאל מען אפשרייבן ביידע צדדים גלייך. אויב נישט, האט יעדער וואס פילט זיך געטראפן די פולע רעכט אפצומעקן. קאצקער
- יא, וויקיפעדיע איז א פרייער פלאץ, אויב איינער זאגט אז עס נישט אמת קען ער דאך אין א סעקונדע אויסמעקן די אינפארמאציע מיטן טענה אז עס איז שקר, איז אלזא וואס איז זיך דא צו פארכטן?--יואל 13:04, 24 מאַרץ 2006 (UTC)
- זיכער יא ערשטענס וועט דאס ברענגען מער באזיכער. צווייטענס וויבאלד יעדער קען מעקן און שרייבן, וועט דער שרייבער אלע מאל זיכער מאכן נישט צו שרייבן קיין ליגענט. דריטענס דערווייל די וועג ווי אזוי עס ווערט אלעמאל געשריבן איז גענוג נייטראל אז עס האט אין זיך נאר די געשעניש און נישט די באשמוצן איין זייט פון די מחלוקה. --שמאלץ 17:27, 18 אַפּריל 2006 (UTC)
נישט לאזן שרייבן פרומע פאליטיק
רעדאַקטירן- ניין. --אלץ-ווייסער 19:10, 16 מאַרץ 2006 (UTC)
- ניין. ווייל פון אייגענע ערפארונג ווייס איך, אז וויבאלד רוב פרומע פאליטיק ווערט נישט אפען גערעד אין באשרובען און די פרומע קרייזען, ממילא רוב מענשטען ווייסען נאר זאכען מפי השמועה אין שפעקאלאציעס פון מענשטען מיט אינטרעסען, וואס קיינער קען זיי נישט אָפפרעגען, אין עס קען אריינגעשרובען ווערען אין וויקיפעדיע כל מיני פאלשע השמצות אויף מענטשען, וואס די קענסט נישט ברענגען קיין ראי' פון קיין שום פלאץ (צייטונג א.א.וו.) פארקערט, ממילא וועט די וויקיפעדיע ווערען אנגעפולט מיט פופציג פראצענט ליגענט.--שרייבער 12:48, 24 מאַרץ 2006 (UTC)
רעדן #5
רעדאַקטירןװאָס מײנט חסידישע שמוץ? אמת׳ע שמוץ -פּאַסירוּנגען- אָדער שקר -אױסטראַכטניש׳ן- ? --Mosha 19:28, 16 מאַרץ 2006 (UTC)
איך דענק אז דער משל פון חיים און זרח, רעפלעקטירט וואס עס מיינט חסידישע שמוץ ! מ'שרייבט נישט די נייעס אדער דעם ארטיקעל ווייל עס איז נייעס אדער איז באמת ווערט צו שרייבן דערוועגן. פארקערט, ווייל מ'וויל יענעם אפטאן און באשמוצן, מאכט מען דערפון א נייעס. MOSHE איך בין גאנץ זיכער אז די פארשטייסט פון וואס מ'רעדט. ריכטיג? דאס וועט אראפפירן אונזער וויקי אין שאול תחתית --אלץ-ווייסער 22:29, 16 מאַרץ 2006 (UTC)
- דער אמת מוז געזאגט ווערן אז דיין זארג איז נישט אומבאזירט, אין אמעריקע האט דער ענגלישער וויקיפעדיע בלאקירט אלע איי.פי. אדרעסן פון דער סענאט און קאנגרעס פון וואשינגאטן די.סי. ווייל זיי האבן וואנדאליזירט איינער דעם אנדערן. אבער דאס איז קיינעם נישט איינגאפאלן צו גיין אזוי ווייט ווי בלאקירן אלע פאליטיק.. דאס איז געהעריגע צענזור.--יודל 00:55, 17 מאַרץ 2006 (UTC)
דער פארגלייך פון די ניין זאגערס צו הייד פארק איז נישט אמת, הייד פארק פארוםס בלאנגן צו יחידים, וויקיפעדיע באלאנגט צו יעדן איינעם. ביעט אויסמעקן דעם ליגענערישען בלבול--קרעכמער 13:46, 17 מאַרץ 2006 (UTC)
6# זאל מען צווינגן דעם עולם אונטערשרייבן?
רעדאַקטירןיא, (און ווער נישט איז א וואנדאל)
רעדאַקטירן- עס ברענגט צו טראכטן פאר מען שרייבט, אז מען מוז זיך אונטערשרייבן דעם נאמען וועט מען רעדן מענטשליך און נישט סתם אטאקירן. הגם מען קען נאכקוקען אין דערזעהן אייביג ווער עס האט וואס געשריבן, אבער דער פעולה פון אונטערשרייבן איז ווי א ווידער באשטעטיגונג פונעם און צו דעם מוח אז מען האט דאס איבערגעטראכט. אזוי ארום וועט דער וויקיפעדיע זיין א שיין ציוויליזירט פלאץ וואס וועט הערשן הארמאניע און נישט אנאניאמע אראפרייסונגן איינער אויפן אנדערן.
- איין זאך געדענקט, דא איז נישט דער פראגע לגבי דעם עיקר אפטיילונג פון וויקיפעדיע, ארטיקלן, דארטן טאר מען דאך נישט זאגן אן אייגן דעה. דא איז דער נידון בלויז פון די רעדן בלעטער, וואס מיינט אז מען רעדט איינער צום אנדערן. איז פרעגט אייך אליינס; וואסארא פנים האט דאס פארן ליינער און פארן רעדער, אז צען חברה רעדן זיך צינויף, און מען ווייסט נישט ווער עס זאגט וואס? איינער שרייט איבער דעם אנדערן, מען ענטפערט און פרעגט און קיינער קען נישט אפמאכן ווער עס האט געזאגט וואס, דאס הייסט א שמועסן אדער רעדן בלאט? ניין. דאס הייסט א משוגעים הויז! און געווענליך וואנדלאן זענען נישט משוגע, זיי האבן איין אינטערעסע. אז אן אנדער באנוצער זאל מיינען אז דא איז א משגעים הויז און זיך אפטראגן פון דא אזוי ארום אונטערברענגן דעם וויקיפעדיע. היה לא תהי'!
- יא.--Issak 12:22, 22 מאַרץ 2006 (UTC)
ניין, (עס איז אוואדאי ראטזאם, אבער נישט קיין וואנדאליזם)
רעדאַקטירן- אסאך מאל קען מען נישט נעמען קיין אחריות אויף די קריטיק ווייל יענער וועט זיך אויפרעגן אויף אייביג אויפן באנוצער, אבער די קריטיק מוז געזאגט ווערן.
- אויף דעם אטאקע זעלבסט איז נישט קיין חילוק צו דאס האט א נאמען אונטערגעשריבן אונטער דעם צו נישט, ווענדט זיך דאס אינעם נאטור פונעם נוסח כדי דאס זאל אנטשיידען וואנדאליזום נישט אינעם בעלות ווער עס האט דאס געשריבן ממילא איז אונז נישט קיין נפקא מינא זיין נאמען.
- ניין. 1) אויב איינער אטאקירט איז נאר זיין אטאקירן מאכט אים א וואנדאל, איבער הויפט אז מען קען זען ביים "געשיכטע בלאט" ווער האט געשריבן וואס. 2) אויב איינער וויל שרייבן אנאנימיש קען דאך שרייבן נאר מיט זיין IP אדרעססע, איז מה חכמים הועילו בתקנתם? אבער וועגן דעם מאכן א נארישע געזעץ צו מוזן שטענדיק אונטערשרייבן איז חוכא ותלולא, ווייל צומאלן זעט דער באנוצער אז ס'איז נישט וויכטיג ווער האט געשריבן עטוואס. מיר דארפן מאכן וואס ווייניגער געזעצן כדי מען זאל דא זיך שפירן ווי מער פריי. ►רוני◄ 12:26, 22 מאַרץ 2006 (UTC)
- ניין. מען דארף פרובירן מיט ווי ווייניגער געזעצן, כדי עס זאל זיין דאס גרינגסטע צו ניצן. אז דער ענגלישער וויקי, מיט אירע פילע טויזנטער באנוצערס, צווינגט נישט, פארוואס זאלן אונז צווינגען? ווער עס וויל קען נאכקוקן אין די געשיכטע בלעטער. מען קען אפילו צולייגן יענעמ'ס חתימה אויב מ'וויל. --קאצקער 09:31, 26 מאַרץ 2006 (UTC)