װיקיפּעדיע:ברוכים הבאים
ברוכים הבאים צו דער ייִדישער וויקיפעדיע |
---|
וויקיפעדיע איז אַ פראָיעקט, וואס שטרעבט צו שאַפֿן א מולטי-שפראכיקע, פֿרייע, אומזיסטיקע, באגלייבטע, און אפֿענע ענציקלאָפעדיע פֿאר יעדן איינעם צו שרײַבן און לייענען.
|
ברוך הבא! מיר פרייען זיך אז איר ווילט זיך צושטעלן צו דער יידיש וויקיפעדיע.
- דאס איז אויסגעשטעלט אינעם פארעם גענוי ווי אלע 260 שפראכן וויקיפעדיעס, נאר אויף דער יידיש שפראך.
- עס געהער און איז אונטערגעווארפן די געזעצן פון דער וויקימעדיע פונדאציע.
- עס איז געבויט אויפן פרינציפ צו זיין אביעקטיוו; דאס הייסט גענצליך ריין, פון יעדע סארט מיינונג, טעות, ספעם, מיסיאן, פראפאגאנדע, שקר, פניה, שמוץ, מחלוקת, רכילות, ניבול פה, לשון הרע, הלבנת פנים, ליצנות, אָדער פאליטיק.
- יעדער איינער אויף דער וועלט איז אייניג ביכולת, באאויפטראגט, און אויפגעפאדערט, דאס צו בארייכערן, פארעכטן, און ענדערן, אז דאס זאל זיין אויסגעהאלטן לויטן אמת אן ח"ו אויסמעקן פאקטען דורך סיי וואסערע צענזור.
- מיטצוהאַלטן לייוו, אַ גאַנצן טאָג, אָדער סתם זען ווער עס האָט געשריבן וואָס, ווען, און וווּ, גייט אַריין אין לעצטע ענדערונגען זײַטל. געפינט דאס אויף דער רעכטער זייט ביים מעניו פון דער וויקיפידיע אויף דער דריטער שורה.
- הייבט שוין אָן שרייבן! קלאפט אריין אין דעם "זוכן" קעסטל א טעמע וואָס איר ווילט לייענען אדער שרייבן, וועט באַלד ארויפקומען דער רעזולטאט-בלאַט. ליינט מער ווי אזוי צו זוכן און שרייבן אַרטיקלען.
- אז איר ווילט וויסן, וואספארא טעמע איז די מערסטע געזוכט, אדער ווילט העלפען פארבעסערן נייע ארטיקלען, אדער זען וואו מ'דארף פארבעסערן און אלגעמיין. גייט אריין אינעם בלאט פון וויקיפעדיע דארף אייך.
- ביטע מאכט א ווייטערפירונג צו דעם קעפל פון דער ארטיקל זאל זיין מיט נקודות און אָן נקודות, כדי זאל מען דאס קענען אויסטרעפן אויף יעדנס-פאַל. דאס זעלבע מאכט ביי קאטעגאריעס און אנדערע וויקיפעדיע-בלעטער. עס איז כדאי (אבער נישט קריטיש) זיך צו האלטן צו די ייִוואָ געזעצן ("כלל-שפּראַך").
- ביטע נאכפאלגן די פאליסיס און אנווייזונגען.