וואסער

(אַריבערגעפֿירט פון װאַסער)

וואסער פארנעמט ניינציג פראצענט פונעם מענטשנ'ס קערפער. עס איז דער סאמע קריטישסטער וויכטיגסטער באשטאנדטייל וואס דער קערפער מוז דאס האבן.

א טראפ וואסער

עס איז א כעמישע קאמבינאציע פון הידראגען (וואסערשטאף) מיט איין אטאם פון אקסיגען. זיין כעמישע סימבאל איז H2O. דאס באדייט 2 אטאמען פון הידראגען און איין אטאם פון אקסיגען.

ריין טרינקוואסער איז נייטיג פאר מענטשן און אלע לעבעדיקע באשעפענישן. במשך די לעצטיגע צענדליקער יארן איז זיכער טרינקוואסער געווארן מער צו באקומען אין כמעט אלע לענדער פון דער וועלט.

וואסער שפילט א חשובע ראלע אין דער וועלט עקאנאמיע און ווערט געניצט אין אסאך אינדוסטריעס. בערך 70% פון פרישוואסער ווערט געברויכט אין לאנדווירטשאפט.

ווען מען וויל רייניגען וואסער, לייגט מען צו א כעמיקאל וואס הייסט "אזאן", דאס באשטייט פון 3 אטאמען פון אקסיגען, דעמאלטס ווערט דאס וואסער פאר א קורצע צייט H2O4, און עס ווערט געצנליך אויסגערייניגט, דערנאך וועפט אויס דער אזאן כעמיקאל, און דאס וואסער ווערט צוריק איר געהעריגע באשטאנדטייל פון H2O, אבער גענצליך ריין.

אזערעס, אקעאנען, ימען און טייכן אנטהאלטן וואסער. פרעציפיטאציע איז וואסער וואס פאלט אראפ פון וואלקנס אינעם הימל; סיי ווי רעגן (פֿליסיק) סיי פֿארפֿרוירן ווען גוט קאלט.

אויף דער ערד פלאנעט, ווען וואסער איז נידריקער פון 0 גראד צעלזיוס ווערט זי אייז, און ווען די וואסער איז העכער פון 100 גראד צעלזיוס ווערט זי פארע.

אויף דער ערד טוט וואסער זיך ארומדרייען כסדר אינעם וואסער-ציקל. וואסער איז נייטיק פאר לעבן.

וואסער באדינט דעם מענטש צו:

  • טרינקען
  • וואשן דעם קערפער אדער רייניקן
  • קאכן
  • אנטרינקען פלאנצונגען
  • אפקילן און ווארעמען
  • צעשמעלצן (אויסלייזן)
  • נאוויגאציע אויפן ים
  • ארויסגעבן ענערגיע
  • שווימען
  • אונטערשווימונג
  • אויסלעשן פייער
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וואסער