שמעון בן שטח, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט פינף מאל אין משניות.

שמעון בן שטח
געבורט 140 לפנה״ס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 60 לפנה״ס (אלט 80 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ארץ יהודה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

זיין צייט

רעדאַקטירן

שמעון בן שטח איז געווען פון דריטן דור זוגות,[1] פון פינפטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה.[2]

דריטער זוג

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – זוגות

אין דער משנה שטייט אז שמעון בן שטח איז געווען דער אב בית דין פון די סנהדרין, און יהודה בן טבאי איז געווען דער נשיא, די גמרא ברענגט א ברייתא אז דאס איז דער מיינונג פון רבי מאיר, אבער די חכמים האלטן פארקערט, שמעון בן שטח איז געווען דער נשיא, און יהודה בן טבאי איז געווען דער אב בית דין. צווישן זיי איז ווייטער אנגעגאנגען דער מחלוקת אין הלכה צווישן די חכמי ישראל, צו מען מעג סומך זיין אום יום טוב, יהודה בן טבאי האט געהאלטן אז נישט, און שמעון בן שטח האט געהאלטן אז יא.[3]

איבער אים

רעדאַקטירן

די שוועסטער פון שמעון בן שטח די קעניגן שלומציון איז געווען געהייראט צו דעם קעניג ינאי, א דאנק איר, איז שמעון בן שטח געראטעוועט געווארן - ווען זיין שוואגער דער קעניג - האט אויסגעהארגט אלע חכמים.[4]

שמעון בן שטח האט אנגעפירט א שווערן קאמף קעגען די צדוקים, אין מגילת תענית[5] ווערט פארצייכנט כ"ח טבת אלס טאג וואס שמעון בן שטח האט געזיגט די צדוקים און צוריק געשטעלט די סנהדרין.

אין גמרא שטייט געשריבן אז יהודה בן טבאי האט אמאל געהרגעט אן עד זומם, אויף צו ווייזן אנדערש ווי די צדוקים, דאך האט שמעון בן שטח אים אויפגעקלערט זיין טעות, זייט דעמאלס האט יהודה בן טבאי אויף זיך גענומען מער נישט צו פסק'ענען קיין הלכה, נאר אין אנוועזנהייט פון שמעון בן שטח.[6]

אין משניות

רעדאַקטירן
  • מסכת תענית פרק ג' משנה ח', ”שלח לו שמעון בן שטח, אלמלא חוני אתה, גוזרני עליך נדוי, אבל מה אעשה לך, וכו'”
  • מסכת חגיגה פרק ב' משנה ט', ”יהודה בן טבאי אומר, שלא לסמוך, שמעון בן שטח אומר, לסמוך, וכו'”
  • מסכת סנהדרין פרק ו' משנה ד', ”אמר להן רבי אליעזר, והלא שמעון בן שטח תלה נשים באשקלון, אמרו לו, שמונים נשים תלה, וכו'”
  • מסכת אבות פרק א' משנה ח', ”יהודה בן טבאי ושמעון בן שטח קבלו מהם, וכו'”
  • מסכת אבות פרק א' משנה ט', שמעון בן שטח אומר, הוי מרבה לחקור העדים, והוי זהיר בדבריך, שמא מתוכם ילמדו לשקר”

זעט אויך

רעדאַקטירן

רשימה:תנאים

רעפרענצען

רעדאַקטירן
  1. אבות פ"א מ"ו
  2. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  3. חגיגה ט"ז ע"א וע"ב
  4. ברכות מ"ח ע"א
  5. פרק י'
  6. חגיגה ט"ז ע"ב, מכות ה' ע"ב