ראקלאנד קאונטי (ענגליש: Rockland County) איז א געגנט [וואס אזא געגנט הייסט אין אמעריקא א 'קאונטי'] וואָס געפונט זיך אינעם 'האָדסאָן וואַלי' אין שטאט ניו יארק, אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.

אין ראקלענד קאונטי געפונען זיך גרויסע יודישע צענטראלען, אין די שטעט ווי סאפערן, ניו סיטי, וועסלי הילס, ערמאנט, וואו ס'איז דא א ריזן יודישע באפעלקערונג. און די באקאנטע חרדישע וואוינערטער, ווי ניו סקווירא אין ספרינג וואלי, און כתר ווילעדש אין מאנסי.

די הויפטשטאט פון ראקלאנד איז ניו סיטי, וואו עס געפונען זיך די שטאטישע רעגירונג ביוראס, די 'קאונטי' געריכט הויז, די פאליציי הויפט-קווארטיר און דאס גלייכן.


די שטעטלעך אין ראקלענד רעדאַקטירן

ראמאפא, האוואסטרא, אראנדזשבורג, קלארקסטאון, סטאוני פוינט