רעדן:אידישע וויקיפעדיע

תגובה אחרונה: פֿאַר 18 יאָר מאת Jiddisch בנושא פון ווי קומט די פאנטס דא?

פון ווי קומט די פאנטס דא?

רעדאַקטירן

שלום עליכם אייך

פון וואנעט קומט די פאנט פון די יידישע וויקיפעדיע לאגא? ווער האט דאס געשאפן? און וואס איז איר נאמען?

ביטע ענטפערן

יישר כח

איך מיין אז Node ue האט איר דא אהער געבריינגט. ►רוני◄ 17:48, 5 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער

עס איז דא טויזנטער ליבעראלן וואס קענען יידיש אין נישט נאר צו הונדערט. ►רוני◄ 08:51, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

דאן שרייב נישט אז זיי לערנען זיך, שרייב זיי קענען. ווייל די וואס לערנען זיך איצט יידיש זענען נישט קיין טויזענטע--71.247.93.138 10:02, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

אפטיילן די ארטיקל

רעדאַקטירן

איך בין מציע צו שטעלן אלע דעטאלן און ספעציפישע פאסירונגען אין יידישע וויקיפעדיע תשס"ו און זיי אראפנעמען פון די יידישע וויקיפעדיע ארטיקל, כדי זאל די ארטיקל זיין באשטימט נאר צו די אלגעמיינע דעטאלן איבער די יידישע וויקיפעדיע. ►רוני◄ 22:59, 8 אקטאבער 2006 (UTC)

אומדערהערטע עוולה

רעדאַקטירן

באנוצער יודל נוצט אויס דעם דף צו אטאקירן איינער נאכן צווייטן, יעדער וואס האט זיך נאר אנגעטשעפעט אין אים. ער איז דער איינציגער וועלכער גייט ארויס אלס דער מארטירער און דער וואס האט אויפגעבויט וויקעפעדיע -לויט זיין באשרייבונג. איך האלט אז מען דארף שטעלן א מאשין וואס זאל אים נישט לאזן ענדערן דעם דף דא, עס איז א געפערליכע הימל געשריי וואס ער טוט דא. ווען איך וואלט געהאט צייט אזויווי ער וואלט איך דאס צוריקגעדרייט יעדע סעקונדע. אבער די מציאות ווייזט אז נעכטן האט ער געהאט מער צייט ווי מיר.

איז הארך אויס באנוצער יודל, אדער מאכסטו דעם בלאט בלויז פאזיטיוו, עס זאל נישט האבן קיין שום שלעכטס, אדער קיין ווארט וואס קען זיך אויסטייטשן שלעכט אויף קיינעם, אדער וועלן מיר אי"ה קער נעמען פון דעם בלאט. נישט יעדער (רוני קאצקער און אנדערע וועם דו באשמוצט דא געמיין) האט אזויפיל צייט, אבער איך וועל אויפגעבן מיין גאנצע ביזנעס אויף וויפיל עס וועט זיך אויספעלן דא צוריקצושטעלן דעם בלאט על מכונו. וויקעפעדיע איז אויסדרוקליך נישט קיין פלאץ זיך צו נוקם זיין אין פיינט, עס איז א אינפארמאציע וועבזייטל, און דו נוצט דאס אויף גאר אנדערע מאטיוון.--אלזוז 16:48, 26 אקטאבער 2006 (UTC)

איך מאך דעם בלאט לויט די אינפארמאציע, דא האב איך געשריבן סיי פאזיטיוו און סיי נעגעטיוו, ווייל די אינפארמאציע אין וויקיפעדיע זענען נישט אויסגעשטעלט דיך צו צופרדינשטעלן אדער חנפענען. קענסט ערקלערן וויפל מאל דו ווילסט אז דו גייסט מאכן עדיט מלחמות אבער געדענקט נישט צו ברעכן די פאלסיס אין פלאץ. לגבי דיין טענה אז מען באשמוצט אומיושרדיג רוני אדער קאצקער, אדרבה מעק וואס עס האט נישט קיין מקור, ווייל לשון הרע אן קיין מקור באלאנגט נישטא, אבער וואגן זאלסטו דיך נישט צו מעקן זאכן מיט א מקור, ווייל די אמת האט נישט צו סגעפעלט דיר צו נישט--יודל 17:21, 26 אקטאבער 2006 (UTC)

ביטע עפענען דעם בלאט

רעדאַקטירן

איך גיי שוין נישט אריין אין דעם עוולה וואס מ'האט דאס פארשפארט דורך דעם באקאנטען טראל און וואנדאל קעגן פאליסי אימיטן א געפעכט מיט אים אליינס. אבער איצט איז די פייט שוין א פארגאנגענהייט, בעטן מיר אנדערע מער יושר'דיגע סיסאפן דאס צוריק עפענען, איך בין דער איינציגסטער וואס האט בארבייט דעם בלאט. און איך וויל דא צולייגן גאר וויכטיגע אינפארמאציע וואס האט נישט מיט קיין שום באנוצער און איך קען נישט ווייל דער טראל און וואנדאל לאזט דאס פארמאכט סתם אזוי. ביטע עפענען.--יודל 12:53, 5 נאוועמבער 2006 (UTC)

שרייב ערגעץ אנדערש וואס גענוי דו ווילסט דא באארבעטן, אזוי וועט מען זען וואס דו ווילסט טוהן. די היסטאריע האט געוויזן אז דער בלאט איז דיין שטעקן אויף אנדערע באנוצער. דעריבער בעט איך פערזענליך פון אלע מנהלים (אויך עםסגולה123 - אייגענטליך רוני דארף נאך מקיים זיין אים צו מאכן אויס סיסאפ) נישט עפענען דעם בלאט!!! אדרבה וואס האסטו מורא צו באשרייבן ערגעץ אנדערש? (למשל אין איינע פון דיינע מיליאן און איין באנוצער בלעטער?)--אלזוז 13:28, 5 נאוועמבער 2006 (UTC)
ער האט נישט געהאלטן ווארט לגבי מיר אויך נישט וואס ווילסטו פון אים לגבי עם סגולה.--יודל 13:55, 5 נאוועמבער 2006 (UTC)
עם סגולה ביסטו - געערטע יודל!--אלזוז 13:57, 5 נאוועמבער 2006 (UTC)
דאס איז א נבואה? נבואה ניתנה ל....--יודל 13:59, 5 נאוועמבער 2006 (UTC)
שעפעלע, איך בין נישט יעצט אויסן זיך צו טענהן מיט דיר, אויב ביסטו דא צו בעארבעטן וויקעפעדיע הרי טוב, אז דו ווילסט צוריק אריינברענגען באנוצער יודל'ס היסטאריע, דאן זייטשע מוחל ווער פארשוואונדען. ביי--אלזוז 14:03, 5 נאוועמבער 2006 (UTC)
נאכדעם וואס דיין ווייב האט געשלאגן כפרות מיט דיר, איז קיינער שוין נישט דיין שעפעלע... פארשטאנען?--יודל 14:07, 5 נאוועמבער 2006 (UTC)

אריבער געטוישט קעפל פון אידישער וויקיפעדיע צו יידישע וויקיפעדיע כדי אויסצודרוקן א פונקט

רעדאַקטירן

כאטשיג יעדער פארשטייט אז היינט ווער רעדט יידיש? בלויז די חסידים און ביי זיי נוצעט מען אן א אנשטאט א י. אבער וויבאלד אידיש קען מיינען אויך אידישקייט, ווילן מיר דא ארויסדרוקן א פונקט אז די וויקיפעדיע האט גארנישט מיט אידישקייט עס איז גענצליך פריי פון יעדע מנהג השפעה אדער ראלע פון פרומקייט אדער אפילו רעליגיע. רופן מיר עס אן אויפן אלטמאדישען נאמען יידיש אנשטאט די מאדערן טיטול וואס מען נוצט היינט אין אידיש: אידיש.--וואסה דיף 15:09, 6 מארץ 2007 (UTC)

איך האב דאס צוריקגעדרייט ווייל אויב דאס איז ריכטיג קענען מיר נישט דאס טוישן אלס זייטיגער חשבון. א יישכ.--בערל 15:02, 14 מארץ 2007 (UTC)

איבער די מערקווערדיגע באנוצער

רעדאַקטירן

אויסמעקן:האט נישט קיין שום פשט, און עס קוקט אויס ווי א פריוואטע בלאג--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 01:57, 19 מארץ 2007 (UTC). מען מעקט נישט אויס קיין זאך וואס קוקט אויס ווי א בלאג, מען דארף טאקע לייגן מקורות, און איך ארבייט דערויף און איך האב געבעטן רשות פון רוני אויסצומעקן וואס ער האלט אז עס איז נישט אמת חלילה דערווייל איז ער שטיל וואס דא איז טייטש שתיקה כהודאה. ער האט בלויז א פראבלעם מיט עפעס א בילד וואס ער טענהט אז ער קוקט נישט אויס גענוג שיין דערויף און ער האט געזאגט אז ער גייט בעטן דעני דאס אראפנעמען. אבער דאס איבעריגע איז אים אלעס צושטימונג. מען דארף טאקע זעהן כלליתדיג צו אין אנדערע וויקיפעדיעס ווערן באהאנדעלט זייערע קהילות. און דערנאך טאן לויט ווי דארטן.--דברים בטלים 03:02, 18 מארץ 2007 (UTC)

א דאנק פארן אפטיילן די ארטיקל פון די יידישע וויקיפעדיע ארטיקל. איך מיין אז ס'כדאי דאס אינגאנצן אויסמעקן כאטש אויב ס'ריכטיג ווארט ביי ווארט. ►רוני◄ 08:25, 18 מארץ 2007 (UTC)
פארוואס?--דברים בטלים 08:43, 18 מארץ 2007 (UTC)
ווייל דאס א מיטל צו בריינגען מחלוקת. ►רוני◄ 08:45, 18 מארץ 2007 (UTC)
דאס איז א מיטל צו שליכטן די ביז איצטיגע מחלוקת וואס דו האלטסט נישט ביים רעדן נאר זאגן אז אזוי וויל איך.--דברים בטלים 08:50, 18 מארץ 2007 (UTC)

געשריבן דורך רוני?

רעדאַקטירן

וויפול איך קען זעהן איז דא נאר איין עדיט פון רוני, און דאס אויך נאר צו פאררעכטן עפעס, פארוואס זאהל דאס הייסן אז עס איז הויפטזעכליך געשריבן דורך רוני? נאכדערצו אז ער האלט אויך מען זאל דאס אויסמעקן.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 02:02, 19 מארץ 2007 (UTC)

פאקט איז פאקט. רוני האט דאס געשריבן און צוגעשטימט דערצו. --טיבי 02:07, 19 מארץ 2007 (UTC)
אה יא, צייג מיר א לינק?--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 02:09, 19 מארץ 2007 (UTC)
ווען דו וועסט אנהייבן דא שרייבן עפעס פארן וויקיפעדיע און אויפהערן פירן מחלוקת וועל איך דיר טוהן דיינע באפעלען סיי די אלטע און סיי די נייע דערווייל ביסטו דא נאר צו דרייען א קאפ. איצט בלאק מיך...--טיבי 02:12, 19 מארץ 2007 (UTC)

ביטע ארויסנעמען די בלאג סטייל

רעדאַקטירן

די אפטייל פון יודלס קאנטראווערסיע, איז געשריבן דורך יודל זעלבסט טאקע מיט מקורות, דעריבער קען מען דאס נישט מעקן ווייל עס איז פארט אמת, אבער מען בעט א בעל חסד זאל אנהייבן דאס מעקן די אריכות הדברים פון די ארגומענטן לטובת אים און דאס מאכן קורצער און ווייניגער פערזענליכע אפטייטשן. און פארלענגערן און פארבעסערן די טענות קעגן אים וואס ער האט אראפגעלייגט טאקע אמת אבער גאר אומנאטראליש--טיבי 14:03, 19 מארץ 2007 (UTC).

Hi! I fixed
מוסטער:מקור
Best regards
‏·‎Gangleri·T·m: Th·T·email me·‎ ‏ 07:07, 25 נאוועמבער 2007 (UTC)

ביטע מאכן קלענער און דערנאך צוריקלייגן אין גוף הארטיקל

רעדאַקטירן

די אינפארמאציע איז טאקע זייער קריטיש וויטיג אבער פארט געריבן צו לאנג איך וועל דאס פארקערצערן אין משך פון די קומענדיגע וואכן און ארויסנעמען די ארגומעטישע לאנגע שפראך כדי דאס זאל זיין לעיזבאר גרינג. דער הויפט פראבלעם איז אז דאס איז געשריבן דורך מיר צו א חרדישע קרייז דער אידישער וויקיפעדיע לייגט נישט קיין הנחות ווער זענען איר באנוצער--יודל 17:14, 1 פעברואר 2008 (UTC)

טראץ דעם וואס אין די היימישע קרייזן, וואס זענען די אידיש שפראך[פֿעלט אַ מקור], איז פארהאן א הארבע איסור פון רבנים[פֿעלט אַ מקור] נישט חלילה צו נוצען אינטערנעט, אלס גזירה, זיך אפהיטן פונעם ספיריטואלען לאך, נישט אריינצופאלן צו טמא'נע ארטיקלן אדער זייטן פיל מיט שמוץ כפירה און נארישקייטן, וואס פארלענדען די נפש פון יעדן רעליגיעזען מאן.

איז אבער די אידישער וויקיפעדיע אויסגעשטלעט אלס אנטיביאקטיק און ציל וואס אדרעסירט און ווירקט צו פארמיידען דעם גזירה פון די רבנים דורך מינימיזירן דעם פראבלעם. ווייל אנשטאט זיך פארהוילן און אנטלויפן פונעם לאך, [1], טוט זי טוישען די מציאות פונעם גאנצען קרקע ארום, דאס זאל ווערן א כשר'ע, טהור'ע און הייליגער באגריף דורך אויסשפרייטען מער קרקע און בערג ארום די לאך, בי די לאך וועט ווערן א נאדל אז א מענטש זאל נישט אין איר אריינפיטען.

נישט אז דער לאך וועט ווערן אויס, אידישע וויקיפעדיע קען קיינעם נישט איינטיילן נישט זיך צו קריגן, נישט אינעם, נישט אינעם אינטערנעט, און אוואדאי נישט פונעם אידישען וויקיפעדיע[2].

די אידישע וויקיפעדיע קען אויך נישט פטור ווערן פון שטותים און נארישקייטן, און סאבסעקווענטלי תאווה און שמוץ וועט אויך אייביג פארבלייבן א גרויסע נאכפראגע אויפן אינטימער באהאלטענער מעדיאם פון אינטערנעט, וואס קיינער קען קיינמאל נישט וויסן די אידענטיטעט פון די סופלייערס און אירע קונדען. דאס איז א פאקט וואס קיין איין רב מלאך אדער באשעפער גייט נישט טוישן. בעלי עבירות וועלן אייביג האבן זייער בחירה ביז משיח'ס טאג צו זיין קאנפראנטעט מיט די גרעסטע נסיונות דורכצופאלן און זינדיגן[3].

אפילו ווען די אידישע וויקיפעדיע וועט האבן א גאזיליאן ארטיקלן פון חכמה און קדושה וועט דאס נישט גענצליך אפהאלטן איגנאריזם. און עמי הארצים וועלן נישט אויפהערן צו עפענען און פירן נארישע וועב סייטס אדער שרייבן אין אידישען וויקיפעדיע צו שטופן זייער טאג, און זיך פעלזשערען זייער ליידיג גיין, מיט לשון הרע'ס און אנדערע תאוות וואס טרייבט זייער שאפן און פוסטער לעבן.

דאס איז א זאך וואס וועט אייביג ווערן אנגעקוקט און גערעכענט פאר טייל ווי אינפארמאציע.

אבער די כוח פון דעת, אויב איז דאס פריי און אפען פאר יעדן, איז דאס אומשטאנד און אויסגעשטעלט צו טראנספארמירן דעם קאלעקטיווער פענאמענען וואס איז עקספאוזד צו איר[4], אפצולאזן אטאמאטיק די זייטיגע שטותים[5] און אויפפאדערן דעם באנוצער זיך באטייליגן און בויען דוקא א לעבן און א אינטערנעט און א אידישען וויקיפעדיע, וואס איז כל כולו א תיקון העולם במלכות שדי[6] בלויז מיטן עיקר און בלויז מיטן אמת[7]. און די אלע אנדערע טמא'נע מחשבות און שרייבונגען, וועלן מילא בטל ווערן נישט בלויז בשישים[8], נאר וועלן נישט עקזיסטירן אין חשיבות אפילו נישט כטיפה מן הים[9].

די גזירה נישט צו שווימען אויפן אינטערנעט וועט זיך שוין נישט אויספעלן. ווייל די נסיון צו שווימען אויפן אינטערנעט וועט זיין א שווערע און גארנישט קיין ציענדע פארן יצר הרע[10].

פונקט ווי א שטוב היינט וואס אנטהאלט נישט אין איר קיין חומש איז נישט קיין אידישע[11], איז זיך שווער פארצושטעלן וויאזוי וועט א אידישע שטוב קענען עקזיסטירן אן א אינטערנעט וואס די אידישע וויקיפעדיע האט איר פארוואנדעלט אין א הייליגטום פון תורה, עבודה, גמילת חסדים, קריטיש וויכטיגע הנהגות צום לעבן און אזוי ווייטער[12].

אויבן אויף קוקט דאס טאקע אויס ווי אן היסטארישער קונסט, אז די אידישע וויקיפעדיע וואקסט. טא, היינט צוטאגס זענען דאך בלויז חרדים אידיש רעדער[13] וואס זייער צווייטער שפראך איז ענגליש און נישט היברו [14]

און חרדים נוצען זיך נישט [15] מיט אינטערנעט, אינדערויסן פון ביזנעס געברויך[16], און די וואס פייפן יא אן די רבנים האבן דאך נישט קיין אינטערעסע אין אידישקייט, [17], און האבן נישט קיין אידיש פאנטס אויף זייער קאמפיוטער, ווייל זייערע האביס צו שווימען אויפן אינטערנעט פארלאנגט זיך נישט גארנישט אין אידיש טייפן, און בכלל זיך לערנען טייפן שנעל אויף א קאמפיוטער קיבארד אנדערע פאנטס ווי ענגליש וואס מען נוצט פאר ביזנעס, איז א מלאכה וואס איז גארנישט אזוי גרינג[18].

דעריבער איז וואונדערליך ביז גאר די וואוקס פון א אידיש סייט וואס איז בלויז געטריבן פון אידיאל און נישט פון ביזנעס אדער האבי.

אבער דאס איז גופא דער תירוץ אז וויבאלד דער אידיש שרייבער וואס האט אידישע פאנטס אויף זיין קאמפיוטער, און קענטעניס זיך צו באגיין פלינק און שנעל מיט איר צו טייפן גאנצעטע שורות און ארטיקלן, איז אזא איינער, וואס ארבייט אין זיין לעבן צו פארעמען די מיינונג פון אנדערע דורך שרייבן אידיש צו צוליב פרנסה פאר די פארטייאישע צייטונגען, ווי דער בלאט אדער דער איד, אדער פשוט צוליב הוצאת ספרים און טייפסעטינג פאר ביכער.

איז דאס אידיש ווארט דאך זייער לעבן און שאפן, ממילא זענען זיי אנגערייצט און געאייגענט צו טוישן און זיך שלאגן איבער דעם דעת הקהל, איז דאך דאס דער גאנצער כוונה פון אידישער וויקיפעדיע אז מען קען שרייבן אן אנציקלאפעדיע אן באצאלט פאר אירע שרייבער ווייל דער רייץ צו פארעמען די תוכן לויט א בייעסד פערזענליכער מיינונג איז מער טרייב קראפט ווי געלט.

היסטאריע געמעקט צוליב נייע צייטן מיט צוריקער פון לערי ריינהארט ברויך דאס שוין נישט זיין אין גוף הארטיקל

רעדאַקטירן

כאטשיג איך קריג זיך מיט רוני און האלט אז לערי און נאוד דארפן יא ווערן באשריבן אין אלע וויקיפעדיע שפראכן באשרייבט מען די הויפט באטייליגער אבער כדי צו ווייזן אז איך בין גרייט אויף נייע צייטן און פארגעסן וואס דער רוני האט מיט מיר געטאן. וועל איך דאס לאזן אויפן רעדן בלאט.--יודל 17:21, 1 פעברואר 2008 (UTC)

  • קאנטראווערסיע:


באנוצער:יודל איז פון אירע הויפט באנוצער. ווי טייל [1] זאגען אז דאס איז דערווייל זיין פריוואטער בלאג[19]. [2]. אבער דאס איז זיכער אז בעפאר ער איז אהער געקומען איז די אידישע וויקיפעדיע געווען פארלאזט [3].

יודל איז די הופט טעמע אויף די אידישע וויקיפעדיע[20], פאר די לעצטע יאר און א האלב[21], אלעס אין איר ווערט געטריבן צוליב יודל[22], דאס הייסט ארום אים און זיין באטייליגונג. ווי אויך דעני'ס מעטא בלאט איז דאס מערסטע פיל מיט טענות קעגן יודל, [4].

אקטועלע געשענישען

רעדאַקטירן

ווייל יודל שטעלט ארויף טעגליך די אקטועלע ארטיקלן אויפן פראנט פעיזש דערמיט אויפלעבנדיג די אינטערעסע און דעם יידישען וויקיפעדיע. דורך לייגן פון די סארט אקטועלע ארטיקלן וואס וועקט דעם ליינער צו טראכטן איבער די אישוס און איר ענדערן און פארעכטן. דאס קען אויפוועקן אויך האס, כעס, ליבע, שטאלץ, איבל און שאנדע און אזוי ווייטער פארשידענע עמאציעס אז די ליינער זאלן זיך נעמען אין די האנט אריין און אויספארעמען די ארטיקל און נישט בלויז ליינען.

ווי למשל ער האלט זיך נישט אפ פון צו שטעלן די סארט ארטיקלן וואס קאכן זיך צווישן אידן איבער סעקס אביוז אדער איבער אהרן טייטלבוים וואס כאטשיג די היימישע צייטונגען אפיציעל איגנאררירן דאס, אבער וויבאלד דאס איז באמת אקטועל און ברענט אין די ליינער דאס צו דורכטאן, לויט וויאזוי ער וויל, האט די ליינער נישט קיין ברירה נאר צו שרייבן. [5].

אפענקייט

רעדאַקטירן

די טענות פון די פרומע, לגבי שמוץ [23]און די פרייע לגבי חסידות[24], און אזוי ווייטער יעדער איינער לויט זיין אינטערעסע קעגן די אינטערעסע פון אנדערע גרופעס, וואס זאגן נישט קיין ליגענט ווען זיי זאגט אז זיי ווילן טאקע דאס נישט ליינען אויפן פראנט פעידזש[25], אבער נישט ווייל עס איז באמת נישט אינטערסאנט, נאר זיי ווילן זיך פארהוילען פון פאקט, ווי זיי טענה'ען אז דאס פארטרייבט זיי, ווייל זיי ווילן נישט צוהעלפן צו דעם, [26].

אבער וויבאלד די אידישע וויקיפעדיע איז א אנציקלאפעדיע בעפאר א קהילה קענען זיי נישט שטערן יודל.

די ציאונג פון אן אנציקלאפעדיע איז אז מענטשן קומען דערצו דוקא צוליב די עכטע אמת. קיינעם אינטערסירט נישט א דיפלאמאטישער האלבער אמת וואס חנפעט די אינטערעס פון יעדע גרופע, ווייל דעמאלטס בלייבט מען מיט גארנישט, און חנפענען איין גרופע מער ווי די אנדערע איז קעגן די וויקימעדיע פאונדאוציע גרונד אז דאס איז פריי פאר יעדן[27].

אמת זיי ווערן געטשעפעט און סשמעקט זיי נישט דאס צו האבן פאר די אויגן, אבער זיי זענען דאך נייגעריג און קומען דא צוריק דאס צו זעהן ווען עס איז זיי יא געשמאק, און ווען פאר די אנדערע גרופע איז דאס נעגעטיוו. קומט אויס אז דאס טשעפע איז די הויפט טרייב קראפט פון וויקיפעדיע מאדעל, אז זיי וועלן זיך צוטשעפענען איבער דעם און אויב זיי זעהן אזא שרעקליכע זאך וואס עגבערט זיי וועלן זיי נישט אנטלויפן נאר דא אהערלויפן דאס צו פארבעסערן.

די ענטפער צו יודל איז, אז וויבאלד אין אנהביי איז דאס שרייבן פון אן אנציקלאפעדיע געוואנדען אויף די הילף פון פראפעסיאנאלען איז דער באשעפטיגונג פון יודל מיט סענזאציאלע און קאנטראווערסיאלע אישוס איז א סתירה צו די אינטעלעקטואלער רוח וואס דארף הערשן אין אידישען וויקיפעדיע ווען עס האט בלויז אפאר געציילטע ארימע ארטיקלן, און דערנאך זאל דא דערלאזן אלעס ערשט ווען זיי האבן שוין דא בארבייט.

אבער יודלס ענטפער צוריק: אז דאס איז דער גאנצער סוד פון וויקיפעדיע אז די שנאת עם הארץ לתלמוד חכם און פארקערט איז דאך דווקא יא די תירוץ פארוואס די קאטאגאריע פון סייענס אינעם ענגלישן וויקיעפדיע איז רייכער לויט אסאך פארשונגען פון אנציקאלעפדיע בריטאניקע, ווייל דוקא די סייענס חברה באדערט מיס-אינפארמאציע, און ווי קלוגער מען איז וועט מען זיך מער באדערן דאס צו פארעכטן.

אויב מען וועט נישט דא לאזן שרייבן דעם עם הארץ אויף זיין אופן וועלן די חכמים זיך קיינמאל דא קימערן, יודל טענהט: אז פאר ער האט דאס געטאן זענען זיי נישט דא געווען, קומט אויס אז ער האט זיי אהערגעשלעפט ווי ווייט מעגליך די בעלי גאווה, לויט אים, וואס האלטן זיך אז זיי פארשטייען מער פון אים און זיי קענען אים נישט סתם אזוי אפשטילן און זיך צוריקגיין צו זייערע זשאבס צו שרייבן פאר די פארטייען און אונז איבערלאזן עלענד אלייןס אויפן אידישען וויקיפעדיע.

אחוץ פון דעם וואס זיי זאגן ליגענט אז יודל געבט זיך מער אפ מיט די סארטן זאכן, ער האט דא געפענט און געשריבן אסאך מער ארטיקלן איבער כללית געזונטהייט און סייענס און ביזנעס פיל מער ווי די ביליגע אישוס. און אין א אנציקלאפעדיע איז נישט שייך קיין ביליגע אדער שמוציגע ארטיקל אלעס איז דעת.

זינט דאן זענען זיי אלע געפאלען ווי די פליגן און אויסבלאקירט געווארן דורך סטוארטס אדער סתם זיך אלייןס אפגעלאזט פון דא, פארן נישט וועלן דא אויפארבייטען דעם וויקיפעדיע צוזאמן מיט אים, נאר מאכן א שארט קאט אים ארויסציווארפן דורך פארשידענע טעראר מיטלען ווי ארויסגעבן זיין פערזענליכקייט און נאך מעשים וואס ווערט נישט טעלארירט אין א פרייען געזעלשאפט. דערווייל איז נאך יודל דא יעדן טאג און איז דער פלייסיגסטער באנוצער, וואס האט נאך נישט פארפעלט קיין איין טאג.

ער האט פיל אויסצושטיין צרות פון די סארט שרייבער וואס ווילן דא זאל ערשיינען דווקא וואס איז זיי באקוועם צו ליינען, ווי צום ביישפיל טענהט איינער, אז יודלס גאנצער ארבייט דא איז צו באשמוצען די סאטמאר פרומער עולם. ער ענטפערט צוריק אז דאס איז נישט שמוץ און א אנציקלאפעדיע קומט אלע לשון הרע'ס אויף די באקאנטע פערזענליכקייטן. [6].

עס גייט אויף אזוי ווייט די צענזור תאווה פון די באטרעפענדע פארטייאישע שריפט-שטעלער, אז זיי זענען מודה ברחל ביתך הקטנה אז אלע פרטים זענען אמת ויציב און ברויך דאקומענטירט ווערן און דאך פארלאנגן זיי דאס צענזורירן מיטן נארישן תירוץ אז דאס נישט האבן א מקור מאכט דאס אויסזעהן ווי א בלאג[7].

זינט יודל איז אריינגעקומען איז אייביג לעבעדיג, אלע ניקס וואס געהערן אפשר פאר איינער (די פראפעשענעל אידיש שרייבער) טענהנען אז ער איז א שלעכטער מענטש וואס רודפען נייע באנוצער פאר גארנישט און פאר נישט, אבער יודל טענה'ט אז זייערע טענות קעגן אים איז פאלטש און אומבאזירט אויף גארנישט נאר בלויז אז זיי זענען פארטייאישע צייטונג שרייבער, וואס עגבערט די עקזיסטענץ פון א פרייער אנציקלאפעדיע וויסענדיג אז יודל האט גארנישט מיט די גאנצע סאטמארע מחלוקת און ער וועט פייטן צו לאזן אלעס סיי איבער אהרן טייטלבוים און סיי איבער זלמן לייב טייטלבוים, און דאס איז די איינציגסטע זאך וואס שטערט זיי.

באנוצער:יודל ברענגט צו דעם א ראיה אז די רדיפות קעגן אים האלט שוין אן איבער א יאר אין א האלב, און למעשה זענען די אלע באנוצער וואס העצן קעגן אים אדער ארויסבלאקריט אדער געווארן אויס סיסאפ אדער זיך אפגעטראגן פון דא מיטן סטראשע אז ווילאנג יודל איז דא זענען זיי נישט טעטיג.

יודל איז דא געווארן א סיסאפ, אומגעבעטענערהייט דורך באנוצער:גאנגלערי, נאכדעם וואס אן אנדערער האט דאס געבעטן פאר זיך, און גאנגלערי האט געהאלטן אז אויב מען געבט פאר דעם אנדערן א גרעסערע כוח, מוז דאס געגעבן ווערן אויך פאר יודל כדי עס זאל נישט זיין קיין אביוז איינער אויפן אנדערן. יודל זאגט שטענדיג אז ער וויל נישט נוצען דעם כוח, ווייל דערווייל איז ער דא נאך אינוואלווד אין יעדן מחלוקת ממילא איז ער א נוגע בדבר און אביוזער אויב ער נוצט אויס די כוח צו פארגרינגערן אויף סיי וואסארא אופן צו געווינען עפעס א מיינונגס פארשידענהייט.

איינע פון די הויפט מעלות און חסרונות פון די פראגראם וואס הייסט וויקי איז אז נישט נאר רוב דיעות געווינען, נאר אויך די דעות וואס האבן רוב צייט געווינען די אויספארעמנוג פון די זאכן אינעם וויקי, ווייל וויבאלד מען מעג האבן מערערע באנוצער נעמען, ווען דאס איז נישט אין דירעקטען אנשטויסט פון זיך פירן ווי א אפענער סאקפאפעט לגבי איין אישו, קען דאך זיין אז איין ניק איז דער זעלבער גערעכט ווי דער אנדערער מענטש מיט הונדערט ניקס.

דאס איז אויך די הויפט פראבלעם וואס די חרדישע פארטייאישע שריפט שטעלער קענען דערווייל נישט געווינען יודל'ן, זיי טענה'נען אז ער האט מער צייט ווי זיי\ער זיך צו מאכן באנוצער נעמען און דאס נוצען על כל פנים מער ווי ער\זיי. און פארנוצט אן אנדער נאמען צו היטן אן אנדער אישו שטענדיג, אבער דערמיט קומט אויס אז נאך אלעמען סוף פסוק האט ער די מערסטע פינגער אפדרוקן צו היטן די גאנצער אויסשטעל פון אידישען וויקיפעדיע קעגן אים\זיי קומט אויס אז אין גרויסן בילד לגבי די אישו פון לאזן היימישע ביאגראפיעס פון די שוויצערס און פירער פון די סאטמארע לאגער האט ער דערווייל אויסגעפירט צו לאזן זייער לעבן און שאפן דאקומענטירט כאטשיג זיי זענען נאר ווערד צו באשריבן ווערן אין היימישען פאקוס און נישט אין כללית'דיגן אידיש. [פֿעלט אַ מקור]

יודלס תירוץ אז ער האט טאקע פיל נעמען אבער ווילאנג דער ארוני דאס וואס האט אויך פיל נמעען איז דא מוז ער אים באקעמפן מיט יענעםס טולס. און דאס אז ער האט מער צייט צו מאכן מער נעמען איז דאך א לאכעדיגע טענה וואס ווייזט גארנישט מער פון פארביטערטקייט.

אלע באנוצער פון אידישען וויקיפעדיע וואס רוב פון זיי זענען שוין נישטא האבן זיך געוואנדען צו דעני וואהל אראפנעמען די סיסאפ כוח פון יודל, דעני האט געזעהן אז יודל נוצט דאס סיי ווי נישט האט ער דאס אראפגענומען מיינענדיג אז די 3 חברה פארעמען עפעס א קהילה מיט אן אינטערעסע לטובת וויקיפעדיע, גאר שנעל האט מען זיך איבערצייגט אז דאס אראפנעמען די סיסאפשאפט פון יודל האט גארנישט געהאט איבער א פראבלעם פון סיסאפ וואס יודל זאל האבן גענוצט דאס קעגן די קהילה, נאר רוני מיט די 2 אנדערע חרדישע ניקס האבן אנגעהויבן דא צו בלאקירן יודל טעגליך. האט זיך ארויסגעוויזן אז זייער ציל איז געווען דא צו פארעמען די קהילה אנדערשט ווי יודל. און דאס איז צענזור לכל הדיעות וואס קיין מיליאנען מענטשן קענען נישט דורכפירן אונטער די וויקימעדיע פאונדאוציעס געזעצן.

דאן איז יודל גאר געווארן צוריק סיסאפ, וואס זיין\זיינע קריטיקירער זאגן אז יודל האט דא די אויבערהאנט צוליב זיין קאלן דעני 3 מאל א טאג. [8]. דעני האט שפעטער מודה געווען אז ער האט באניינפלוסט די סטוארטס בשעתו אז יודל פארטרעט די אנדערע האלבע חרדישע שיטה, יודל האט דערנאך פראטעסטירט פאר דעני אז ער פארטרעט קיינעם נישט בלויז זיין אייגענע דעת. די מציאות איז אז יודל וויל נישט דא זיין סיסאפ ווייל דא איז באמת נאכנישט קיין געהעריגע וויקי אז מען זאל געבן פאר איינער מער פון אנדערען העכערע טולס.

לויט ווי א סטוארט פארציילט דער וואס האט אים דא געמאכט דאס צווייטער מאל פאר סיסאפ, איז דאס געקומען נאך אן אפשטימונג פון אלע סטוארטס אויף אמאל וואס אלע האבן באשאלסן פה אחד צוריקגעבן יודלס סיסאפ נאכדעם וואס זיי האבן מיטגעהאלטן ווי מען שפארט דא אויס יודל יעדן טאג נאכאנאנד כדי צו געווינען די אויבערהאנט אין אידישען וויקיפעדיע, וואס אויף דעם טאר מען נישט נוצען די כוח פון סיסאפ.

זיין ציל אין אידישען וויקיפעדיע איז צו אויסשטעלן אידישקייט לויט זיין ווילן, דורך שרייבן און אויפארבייטען וויפל ער קען אן אנציקלאפעדיע וואס די אמת, און בלויז די אמת, איז דארטן פארהאן פאר יעדן וואס זוכט דעם אמת.

ווער זענען זיי?

רעדאַקטירן

אויב מען שטעלט די אידישע שפראך וואס האט נאר קוים אפאר קארגע הונדערט טויזענט רעדנערס[28], און אפשר אפאר טויזענט מער וואס פארשטייען אבער נוצען דאס נישט אלס זייער מוטער שפראך, קעגן אנדערע שפראכן (ווי צום ביישפיל יאוואניש אין אינדיע מיט 100 מיליאן רעדנערס וואס האבן ווייניגער ארטיקלען ווי אונז) איז דאס א גרויסע דערגרייכונג פאר אזוי ווייניג יחידים זאלן האבן אזאלכע כוחות און צייט?

איז די ענטפער אז דאס איז גארנישט קיין נס. עס איז זייער פאשטענדליך איר וואוקס ווייל די מאדעל פון א אנציקלאפעדיע וואס לאדענט יעדן איינעם צו שרייבן אן באצאלט איז די גאנצער טריק דא, ווי איר וועט זעהן נאכן זיך באקענען מיט די חברה וואס שטייען אונטער דעם פראיעקט.

עס איז נישט ערלויבט אין קיין איין וויקיפעדיע צו באשרייבן אוטאביאגראפיעס אויף אירע באנוצער און עס איז טאקע פארהאן פאליסיס דערקעגן ווי למשל וויקיפעדיע:מערקווערדיגקיט, אז אויב דער מענטש איז נישט דערמאנט אין קיין איין גוגל סוירטש, אז מען רעדט פון אים ערגעץ אנדערשט פון וויקיעפדיע איבערן ברייטען אינטערנעט, איז ער נישט געונג מערקווערדיג פארן וויקיפעדיע זעלבסט צו באשריבן ווערן. און אויך וויקיפעדיע:אטאביאגראפיע. אז מען טאר זיך נישט זעלבסט באשרייבן, ווייל אלעס מוז זיין ניוטראל באשריבן אין אדם קרוב אצל עצמו, דאך פארלאנגט זיך דא צו באשרייבן די אקטיווע פערזעהנליכקייטן כדי מען זאל פארשטיין דעם אידישען וויקיפעדיע א בחינה פון באשרייבן זשימי וועילס אויפן ענגלישן וויקיפעדיע און דוד שי אויפן היברו וויקיפעדיע וואס זייער נדבה צום פראיעקט איז דאקומענטירט כדי צו פארשטיין דעם ענין פון זייערע וויקיפעדיעס.

די סיבה פארוואס באשרייבן מענטשן אונטער די וויקיפעדיע איז א פראבלעם איז ווייל דאס וועט דאך ווערן א מחלוקת, אז טאמער איז דאס א זאך וואס האט א מקור באלאנגט דאס אויפן דעם באטרעפעדןס באנוצער בלאט אבער וויבאלד די אידישע וויקיפעדיע איז אויסגעפארעמט ביי בלויז 5 באנוצער און דאס טראגט דערווייל זייער גאנצער כאראקטער האלטן מיר זיך צוריק פון זיי אויסרעכענען.

שלום בערגער

רעדאַקטירן
 
דר. שלום בערגער

באנוצער:שלום בערגער מאכט דעם אידישן וויקיפעדיע אויס חרדיש.

די מצב פון אידיש איז היינט ביי די חסידים אין די מויל, אבער עס טרעפט זיך נאך יחידים וואס כאפן זיך אן אין אידיש און ווילן דאס פערזערווירן אלס א געטרייהייט צו זייער טראדיציע איינע פון אירע העלדן איז שלום בערגער א דאקטער און אידישער שריפט שטעלער פארן פארווערטס און אלגעמיינער זשורנאל מיט אידישע בלאגס און אזוי ווייטער פעולות דאס אויפצופרישן ביי די פרייע אידן וואס רעדן שוין נישט אידיש.

ווען מען לאזט בלויז די וויקיפעדיע ביי חסידים פארבלייבן מיר מיט א אנציקלאפעדיע וואס אינטערסירט זיי און נישט קיין סעקולארע ענינים. איז אבער דא אנגעקומען א שליח פון הימל נאכן ווערן געפייניקט פון באנוצער יודל אויף זיין בלאג אז אים אינטערסירט נישט באמת אידיש ווייל ער האסט חרדים און געוואלט ווייזן אז ער האט יא ליעב חרדים און אפגעשריבן אפאר ארטיקלן וואס האט באלאנצירט די וויקיפעדיע צו פרייהייט.

ער האט אפגעשריבן זייער אינטערסאנטע ארטיקלן וואס האט מיט דאקטעריי און רפואה און דאס בלאנצירט פון די חסידישע ארטיקלן,- כאטשיג אין אמתן גערעדט האבן יודל קאצקער און רוני אפשר אפגעשריבן מיליאן מאל מער ווי אים סעקולארע ארטיקלן איז אבער זיין אנוועזנהייט אלס א באקאנטער פרייער סעקולאראר אידיש רעדער א גורם צו פארשטאפן די מויל פון די קעגענער פון ויקיפעדיע וואס שרייען אז דא איז בלויז חרדיש.

אויך האט שלום שוין אפגעשריבן פיל ארטיקלן פאר די אידישע פרעסע איבערן וויקיפעדיע בכלל און אידישע וויקיפעדיע בפרט.

לערי ריינהארט

רעדאַקטירן

טעכנישע סטרוקטאר געבויט דורך גאנגלערי, ער איז א איד פון מינכן דייטשלאנד, איז געווען אקטיוו דורכאויס דאס גאנצע צייט וואס וויקיפעדיע, איז געלעגן טויט ווי אין א בית החיים, פון איר גרינדוגנ ביז באנוצער:יודל און באנוצער:רוני און אנדערע האבן זיך דא אנגערוקט, אליינס און עלענד געבויט דעם סטרוקטאר מיט אלע טולס פאר צוקנופטיגע דורות דאס איבערצונעמען גרינגערהייט.

ער איז געווען פאר איין יאר וויקי וואקאציע און איז שוין איצט פולטעטיגט צוריק אקטיוו.

מארק וויליאמסאן

רעדאַקטירן

נאוד האט טראנסלירט סטרוקטאר אויף יידיש, ער רופט זיך אויך קליינער קעניגל ווייל זייענדיג אלט בלויז 16 יאר האט ער געפירט די אידישע וויקיפעדיע ווי א קליינער קעניג ביי זיך אין טאטענס וויינגארטן לויט ווי אים האט געפאלן, ער איז געווען דער איינציגסטער אקטיווער סיסאפ פאר א שיינער שטיק צייט.

געבוירן אין רומעניע האט ער אימיגרירט מיט די משפחה קיין אריזאנע אמעריקע, ער איז שולט אין צענדיליגע שפראכן, און צוגאב צו זיין קענטעניס אין טעכניק, ביי אים אינדערהיים רעדט מען ארגינעלע יידיש, און ער איז אקטיוו אין פארשידענע וויקיפעדיע שפראכן. ער איז געווען דער נחשון וואס ווערט באצייכענט אין די היסטאריע פון אידישען וויקיפעדיע אלס דער ערשטער וואס האט זיך אריינגעווארפן אין אויפבויען דעם אידשען וויקיפעדיע דורך איבערטייטשען אלע טולס און קאמענדס פונעם סטרוקטאר אויף אידיש.

זייענדיג א אינג בחור האט ער זיך אבער מיט דער צייט פאראמפערט און געווארן פארביטערט מיט די חרדישע באנוצער וואס רעדן און שרייבן אנדערשט יידיש, און די חסידישע באנוצער האבן נישט געכאפט אז מען האט דא צוטאן מיט א אינג אינגל, האבן זיי אים פארמסרעט פאר די העכערע אינסטאנצן פון וויקיפעדיע, (ליינט דא דעם דראמטישן קאפיטאל פון אונזער היסטאריע) אזוי ארום איז ער צוביסלעך געווארן א שטער פאר איר וואוקס, ווייל ער האט זיך נישט געהעריג פארשטאנען מיט דעני וואל, און די מסקנה איז געווען אז די אידישע וויקיפעדיע האט אים פארלוירן, ער איז די ערשטע און לעצטע מנהל דערווייל וואס איז געווארן אויס קעניג און די-סיסאפ'ט און האט דאס נישט געקענט איבערטראגן. אבער זיין נדבה קען קיינמאל נישט פארגעסן ווערן פון די אידישע וויקיפעדיע.

זיין ציל איז געווען בויען אידיש לויט זיין פארשטאנד און ווילן אז מען זאל שרייבן בלויז לויט ייווא, די רגע וואס ער האט געזעהן אז די חסידים געווינען דא און מען שרייבט נישט אויף ייוו"א האט ער אויפגעגעבן דעם ציל און נעלם געווארן.

דאס איז נאר ווארשיינליך צוליב דעם וואס אידיש איז דאך נישט זיין שפראך וואס ער וויל בלויז רעדן, און ער קען זיך זייער גוט באגיין מיט אנדערע שפראכן.

אידישע אדער יידישע?

רעדאַקטירן

איך האב געשריבן ארגינעל דעם ארטיקל אויף אידישע אזויווי איך רעדט אידיש. דער רוני וויל דא ארויפצווינגן אן זיך דורכרעדן אז מ'זאל דאס דווקא שרייבן יידישע איך בין מסכים צו רעדן מיט אים אבער אן זיך דורכרעדן וועט ער דאס נישט באוועגן.--יודל 01:45, 3 פעברואר 2008 (UTC) i ask roiny again not to move this page before answering here thanks--יודל 16:31, 31 מארץ 2008 (UTC)

געשריבן גאר נישט ענציקלאפעדיש

רעדאַקטירן

העלפט געשריבן דורך שטארקע מאמינים וואס וועלן געבן די כופרים אין טאטנס טאטע אריין און דער צווייטע העלפט פונקט פארקערט. 63.143.225.23

  1. וואס וויקיפעדיע איז נישט#וויקיפעדיע איז נישט צענזור
  2. וויקיפעדיע:זיך אויפירן ציוויל
  3. Insert reference material
  4. Insert reference material
  5. Insert reference material
  6. Insert reference material
  7. Insert reference material
  8. Insert reference material
  9. Insert reference material
  10. Insert reference material
  11. חומש
  12. אידישע הויז
  13. יידיש#היינט צוטאגס
  14. יידיש#היינט צוטאגס
  15. חרדים#היאראכיע
  16. אינטערנעט#איסור
  17. אפגעפארענע
  18. טייפן#זיך אויסלערנען
  19. באַניצער רעדן:יודל/ארכיוו 8# אלזוז רוני איבער סיסאפ
  20. Insert reference material
  21. Insert reference material
  22. he:שיחת משתמש:Harel#הראל: עד שלא יהיה יותר משמתמשים אין עתיד ליידיש וויקיפעדיע
  23. Insert reference material
  24. Insert reference material
  25. Insert reference material
  26. Insert reference material
  27. Insert reference material
  28. יידיש#צאל
צוריק צו "אידישע וויקיפעדיע" בלאט.