קיצביהעל

שטעטל אין טיראל, עסטרייך
קיצביהעל
דער צענטער פון קיצביהעל
מדינה / טעריטאָריע עסטרייך
קאָאָרדינאַטן 47°26′47″N 12°23′31″E / 47.44639°N 12.39194°E / 47.44639; 12.39194קאארדינאטן: 47°26′47″N 12°23′31″E / 47.44639°N 12.39194°E / 47.44639; 12.39194
בירגערמייסטער קלאוס ווינקלער
שטח 58.02 קוואדראט ק"מ
הייך 762 מעטער

 ‑ אין שטאָט

8,341‏  (שטייענדיג 2017)

קיצביהעל (דייטשיש: Kitzbühel) איז א שטעטל וואס געפינט זיך אין דעם צפון-מזרח'דיגן טייל פונעם פעדעראלן לאנד טיראל אין עסטרייך. די שטאט ליגט אויפן ברעג פונעם "קיצביהעלער אכען טייך. קיצביהעל איז אויכעט די הויפטשטאט פון דעם קיצביהעלן באצירק, און איר באפעלקערונג רעכנט אויס 8,341 איינוואוינערס (יאנואר 2017). זייענדיג א בארימטער ווינטער ספארט צענטער, און אויכעט צוליב איר פלאצירונג און הערליכן בילדערישן לאנדשאפט, אזערעס, און וואסערפאלן וואס רינגלען איר ארום, די שטאט ציעט צו זיך יאר יערליך צענדליגע טויזנטער טוריסטן א גאנצן יאר. די באדייטונג פונעם שטאט'ס נאמען אין איבערזעצונג אויף אידיש איז: א בערגל (Bühl) און א הירשל (Kitz).

געאגראפיע רעדאַקטירן

קיצביהעל ליגט ארום 95 קילאמעטער מזרח פון דער טיראלער הויפטשטאט אינסברוק אין דעם "לויקנטאל" טאל (דייטשיש: Laukental Talung), אויפן ברעג פון דעם "קיצביהעלער אכע טייך (דייטשיש: Kitzbüheler Ache), הארט אינמיטן די קיצבוהעלער אלפן בערג. קיצביהעל באדינט אויכעט אלס די הויפטשטאט פונעם באצירק קיצביהעל. די דורכשניטליכע הייך פון דער שטאט איז 762 מעטער איבער דעם ים פלאך. די שטאט ווערט אויסגעצויגן אויף א פלאך פון 58.02 קילאמעטער.

היסטאריע רעדאַקטירן

אין דעם צוועלעפטן יארהונדערט, איז דער נאמען קיצביהעל דערמאנט געווארן צום ערשטן מאל אין א אונטערלאג וועלכע האט געהערט צום "חיעמזי" קלויסטער. אין יאר 1255 קיצביהעל איז געווארן א חלק פון בייערן. אין 6טן יוני 1271 האט דער הערצאג לודוויג דער צווייטער פון בייערן דערלאנגט קיצביהעל רעכטן און סטאטוס פון א געהעריגער שטאט, און די שטאט איז באפעסטיגט געווארן מיט מויערן. דורך די נאכפאלגנדיגע יארהונדערטן איז די שטאט באקאנט געווארן אלס א בארימטער מארק און האנדל פלאץ, וואס איז נישט באיינפלוסט געווארן פון די שלאכטן און מלחמות וואס האבן פאסירט אין די ארומיגע געגנטער. שפעטער אין יאר 1504, ווען מאקסימיליאן דער ערשטער, וועלכער איז געווען דער קייזער פון דער הייליגער רוימישער אימפעריע האט איינגענומען קיצביהעל, איז זי ווידער געווארן א חלק פון טיראל.

 
א סקי קאנקורירונג אין קיצביהעל

די מלחמות וואס האבן פאסירט אין דעם 18טן יארהונדערט און אין דעם 19טן יארהונדערט האבן אויסגעמידן די שטאט, טראצדעם וואס אירע איינוואוינערס האבן אקטיוולעך אנטייל גענומען אין דעם טיראלישן אויפשטאנד קעגן נאפאלעאן באנאפארטע.

ווען ענדליך האט דער קייזער פראנץ יאזעף האט באשטעטיגט דעם אנגעטומלטן לעגאלן סטאטוס פון דער שטאט, און נאכדעם וואס די בוי פון דער זאלצבורג - טיראל באן איז פארענדיגט געווארן, דער האנדל און די אינדוסטריע פון דער שטאט האבן אנגעהויבן זיך צו בליען. אין יאר 1894 האט קיצביהעל גאסטירט דעם ערשטן סקי געיעג, וואס האט באצייכנט די אנהייב פון א נייער עפאכע אין דער וועלט פון ספארט און טוריזם.

צום גרויסן גליק, די שטאט איז בכלל נישט באשעדיגט געווארן דורך דער ערשטער און דער צווייטער וועלט קריג. זייט יאר 2000 איז קיצביהעל א מיטגליד פון דעם קלימאט פארבאנד פון טיראל.

טוריזם רעדאַקטירן

צוזאמען מיט די בארגרוקנס און די סקי זייל באנען (ענגליש: Skilift אדער Funicular ) (העברעאיש: רכבל סקי) אין די נאכבארדיגע דערנעבענדיגע שטעטלעך "קירכבערג אין טיראל" און "יאכבערג אם טורנפאס", קיצביהעל ווערט פארעכנט אלס איינער פון די גרעסטע סקי ערטער אין גאנץ עסטרייך. קיצביהעל און די ארומיגע דערפער פארמאגן ארום 10,000 בעטן וואס זענען ארומגעשפרייט אין צענדליגע האטעלן און געסט-הייזער, וואס זענען צוגעשטעלט פאר די צענדליגע טויזנטער באזוכער וואס קומען אהין יעדעס יאר, סיי ווינטער און סיי זומער. אין דעם זומער ווען ס'איז הערט אויף צו שנייען (אין די העכערע בערג וואס רינגלען ארום דער שטאט, דער שניי בלייבט דעם גאנצן יאר), אנטדעקט זיך פאר די פילצאליגע באזוכער וואס קומען הויפטזעכלעך צו וואנדערן און ארויפקריכן אויף די בערג, א עכטער בילדערישער גן עדן מיט א אטעם-כאפנדיגן לאנדשאפט, וואס איז פול מיט גרינע קליינע בערגלעך, טייכן, אזערעס, וועלדער, טאלן און מיט א שיינער אור-אלטער ארכיטעקטור.


 
צענטער פון קיצביהעל

פאנאראמע רעדאַקטירן

 
א פאנאראמיש בילד פון קיצביעהל