קאלטער קריג
דער קאלטער קריג איז דער ביינאמען פון דער מלחמה צווישן דער מערב וועלט (די פאראייניקטע שטאטן מיט אירע אונטערשטיצערס) און די מזרח לענדער (דער סאוועטן פארבאנד מיט אירע אונטערשטיצערס) במשך 45 יאר פון 1947 (גלייך נאך דער צווייטער וועלט קריג) ביז 1991, ווען דער ראטנפארבאנד איז איינגעפֿאלן.
די מלחמה איז נישט געווען אזוי ווי אנדערע מלחמות, צוליב דעם וואס די צוויי הויפט קעמפער האבן זיך קיינמאל נישט ווירקליך מיט געווער ארומגעקריגט, נאר בלויז פאליטיש און אידיאלאגיש. נאר זיי האבן געשטיצט די צוויי זייטן אין עטלעכע אנדערע מלחמות ארום דער וועלט.
עס איז געווען פֿאָרגעפילט אז די מלחמה וועט זיך אנטוויקלען צו אַן אטאמקריג, און יעדער וועט שיסן אויפן צווייטן נוקלעארע וואפן.
די ערשטע פֿאַזע פונעם קאַלטן קריג האט אנגעהויבן גלייך נאָכן סוף פון דער צווייטער וועלט-מלחמה אין 1945. די פֿאראייניגטע שטאטן האבן געשאפֿן דעם נאט"א מיליטערישן אַליאַנץ אין 1949 קלערן אז דער ראטן-פארבאנד וועט אטאקירן, און זיי האבן גערופן זייער גלאבאל־פאליטיק קעגן סאוועטישער איינפֿלוס איינהאַלטן. דער ראטן-פארבאנד האט אנגערופן מיטן שאפֿן דעם ווארשע-פאקט. קריזיסן ווערנט דער פֿאזע האבן איינגעשלאסן די 1948–49 בערלין בלאקאדע, דעם 1927–50 כינעזישן בירגערקריג, די 1950–53 קארעאישע מלחמה, דעם 1956 סועץ קריזיס, דעם בערלין קריזיס אין 1961 און דעם 1962 קובא מיסל־קריזיס. דער ראטן-פארבאנד און די פאראייניגטע שטאטן האבן קאנקורירט פאר השפעה אין לאטיין-אמעריקע, דעם מיטל מזרח, און די אפקאלאניזירנדע שטאטן פון אפריקע און אזיע.
קעמפֿער לענדער
רעדאַקטירןמערסט פון די לענדער אין איין זייט פונעם קאנפליקט זענען געווען מיטגלידער אין דעם נאט"א אליאנץ, וואס זיין שטערקסטער מיטגליד איז געווען די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע; מערסט פון די לענדער אין דער צווייטער זייט זענען געווען מיטגלידער אין דעם ווארשע־פאקט, וואס זיין מעכטיגסטער מיטגליד איז געווען דער סאוועטן פארבאנד.[1]
די לענדער געפֿירט דורך די פֿאראייניגטע שטאטן רופֿט דעם "מערבדיקן בלאק" די נארד־אטלאנטישע אפמאך ארגאַניזאַציע (נאַט"א) איז אן אַליאַנץ געשאַפֿן אין 1949 וואס שפאַרט איין די פֿאראייניגטע שטאטן, דאס פֿאראייניגטע קעניגרייך, פֿראַנקרייך, מערב דייטשלאנד, קאנאדע, האלאנד, בעלגיע, לוקסעמבורג, שפאניע, פארטוגאל, איטאליע, נארוועגיע, איסלאנד, דענמארק, גריכנלאנד און טערקיי. אנדערע לענדער אליאירט מיטן מערבדיקן בלאק שליסן איין ישראל, יאפאן, דרום קארעע, טיילאנד, איראן (1945-1979), פאקיסטאן, מאלייזיע, פיליפינען, דרום אפריקע, אויסטראליע און ניו זילאנד.
דער "מזרחדיקער בלאק" איז געווען די גרופע פון סאציאליסטישע לענדער געפירט דורכן ראטנפארבאנד (פֿסס"ר). דער ווארשע־פאקט איז געווען אן אליאנץ געשאפן אין 1955 וואס האט אריינגעשלאסן דעם ראטנפארבאנד, אלבאניע, בולגאריע, טשעכאסלאוואקיי, מזרח דייטשלאנד, אונגארן, פוילן און רומעניע. אנדערע לענדער אליאירט מיטן מזרחדיקן בלאק האבן איינגעשלאסן אנגאלא, עטיאפיע, קובא (1959-1991), מאנגאליי, צפון קארעע, כינע (1948-1966) און וויעטנאם.
הינטערגרונט
רעדאַקטירןפעברואר 1917 האט מען איבערגעקערט די רעגירונג פון צאר ניקאליי דער צווייטער פון דער רוסלענדישער אימפעריע, ווייל די בירגער זענעו געווען שטארק אנטוישט פון זייער לעבענסשטייגער, בפרט אין דער תקופה פון דער ערשטער וועלט-מלחמה. די נייע רעגירונג אין רוסלאנד איז געווען א דעמאקראטישע סאציאליסטישע רעגירונג. זי איז אבער געווען בטלניש. אום נאוועמבער 1917 האבן די באלשעוויקן, א גרופע פון קאמוניסטן אונטער וולאדימיר לענין, איבערגעקערט די נייע דעמאקראטישע רעגירונג, געשטיצט דורך גרופעס גערופן סאוועטן. די באלשעוויקן האבן געשאפן א נייע קאמוניסטישע רעגירונג, די רוסלענדישע פעדעראדיווע סאציאליסטישע רעפובליק.
א גרויסער טייל פון די רוסלענדישע אימפעריע האט אבער נישט געשטיצט די קאמוניסטן. פיל לענדער וואס זענען פריער געווען א טייל פון דער אימפעריע, ווי לעטלאנד, ליטע, עסטלאנד, פוילן און פֿינלאנד האבן זיך אפגעשיידט פון רוסלאנד. די רוסלענדישע בירגערקריג האט אנגעהויבן, און די רויטע ארמיי פון דער רוסישער סאוועטישער רעגירונג האט געקעמפט קעגן דער ווייסער ארמיי, די גרופע פון אלע רוסן וואס האבן דערקעגנט די קאמוניסטן. די ווייסע ארמיי איז נישט געווען אזוי גוט איינגעארדנט. די אליאירטע קראפטן פון דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווי די פאראייניגטע שטאטן, דאס פאראיינגטע קעניגרייך און פראנקרייך האבן, האבן אינוואדירט רוסלאנד כדי צו שטיצן די ווייסע ארמיי. ענדלעך האבן די סאוועטן געזיגט די מלחמה אין 1922 און האבן געגרינדעט דעם פֿאַרבאַנד פֿון סאָוועטישע סאָציאַליסטישע רעפּובליקן (ראַטנפֿאַרבאַנד) צוזאמען מיט די ניי־געשאפענע סאציאליסטישע רעפובליקן פון אוקראינע, בעלארוס, ארמעניע, אזערביידזשאן און גרוזיע.
דער קאלטער קריג האט אנגעהויבן אין 1947 ווען מען האט געמיינט אז אלע רעגירונגען וועלן ווערן אדער קאמוניסטיש אדער קאפיטליסטיש. די מערבדיקע אליאירטע האבן מורא געהאט אז דער ראטנפארבאנד וועט פארברייטערן זיין איינפלוס אין אייראפע מיט געוואלד, און אויך האבן געזארגט אז סאוועטישע אגענטן האבן באקומען אינפארמאציע וועגן מאכן די אטאם באמבע נאך דער מלחמה.
ביידע גרופעס פון פעלקער האבן געקעמפט קעגן נאצי־דייטשלאנד. דער ראטנפארבאנד האט פון צייט צו צייט געארבעט צוזאמען מיט דייטשלאנד, און האבן געטיילט פוילן צווישן זיך אין 1939; אין יוני 1941 אבער האט דייטשלאנד געקערט קעגן דעם ראטנפארבאנד מיט אפעראציע בארבאראסא.
נאך דער צווייטער וועלט־מלחמה
רעדאַקטירןנאך דער צווייטער וועלט־מלחמה איז דייטשלאנד געליגן חרוב. די אליאירטע קראפטן וואס האבן געזיגט און אקופירט דאס לאנד האבן עס צעטיילט אויף פיר. אין דעם מערבדיקן העלפט פון דייטשלאנד האט מען געגעבן איין צו די פאראייניגטע שטאטן, איינעם צום פאראייניגטן קעניגרייך און איינעם צו פראנקרייך. דער ראטן־פארבאנד האט אקופירט דעם מזרחדיקן העלפט. די שטאט בערלין, טראץ וואס זי איז אינגאנצן אינעם מזרחדיקן העלפט, האט מען אויך צעטיילט צווישן אלע פיר לענדער.
די פעדעראלע רעפוליק פון דייטשלאנד (Bundesrepublik Deutschland אדער BRD), אדער מערב־דייטשלאנד איז געווארן אנערקענט דורך די מערבדיקע אליאירטער אין יוני 1949. זי איז געווען א קאפיטאלישטישע דעמאקראטיע; אויך מערב בערלין איז געווען גערעכנט א טייל פון לאנד. דער ראטנפֿארבאנד האבן געגעבן א נאמען זייער טייל פון דייטשלאנד די דייטשע דעמאקראטישע רעפובליק (Deutsche Demokratische Republik אדער DDR), אדער מזרח דייטשלאנד, שפעטער אין 1949. זי איז געווען א קאמוניסטישע דיקטאטור.
פון אפריל 1948 ביז מאי 1949, האבן די סאוועטן בלאקאדירט מערב בערלין צו פארמיידן פון דער שטאט צו ניצן די מערב־דייטשלאנד וואלוטע. די פאראייניגטע שטאטן און זייערע אליאירטע האבן פארזארגט די שטאט דורך עראפלאנען ביז סעפטעמבער 1949.
פיל איינוואוינער פון מזרח דייטשלאנד האבן געוואלט וואוינען אין מערב דייטשלאנד מיט זיין בעסערע קוואליטעט פון לעבן און פאליטישע פֿרייהייטן. דאס האט נישט געפֿאלן זייער רעגירונג וואס האט, אין 1961, געבויט די בערלינער וואנט וואס האט צעטיילט די שטאט אויף צוויי. זי איז געווען שטארק געהיט כדי צו פארמיידן מענטשן פון אנטלויפן צום מערב. די וואנט איז געווען א סימבאל פון דעם קאלטן קריג און דער אייזערנעם פארהאנג וואס האט צעטיילט אייראפע.
שפיאנאזש איז בכלל נישט קיין נייע זאך, און איז געווען זייער וויכטיק אין דער תקופה פונעם קאלטן קריג. נאך זייער דערפאלגרייכן שפיאנאז אין דעם מאנהעטן פראיעקט, האט די פֿסס"ר אויפגעבויט אירע שפיאנאזש מיטלען, ספעציעל דעם קא גע בע. די צענטראלע אינטעליגענץ אגענטור האט געפירט די פֿ"ש אָנשטרענגונגען אין אויסלאנד, און דאס פֿעדעראלע ביורא האט זיך באשעפטיגט מיט קעגן־שפיאנאזש. צווישן די פונקציעס פונעם קא גע בע איז געווען כאפן פרעמדע שפיאנען, ווי אויך קעמפן קעגן אינלענדישער סובווערסיע.)
ווען יאזעף סטאלין, דער דיקטאטאר פון פֿסס"ר, איז געשטארבן אין 1953, איז ניקיטא קרושטשעוו געווארן זיין ממלא מקום. אין זיין געהיימער רעדע האט קרושטשעוו איינגעפירט א ניי מהלך קעגן סטאליניזאציע, ווי די גולאג לאגערן און דער ׳קולט פון פערזענלעכקייט׳.
די 1950ער יארן זענען געווען די צייט פונעם אנהייב פון דעם קאסמאס געיעג, דעם פארמעסט צווישן די פֿאראייניגטע שטאטן און דער פֿסס"ר. זי האט אנגעהויבן ווען די פֿסס"ר האט געשטעלט דעם ספוטניק 1 סאטעליט אין אן ארביט ארום דער ערד, און אזוי איז דער ראטנפארבאנד געווארן דאס ערשטע לאנד אינעם קאסמאס. די פאראייניגטע שטאטן האבן זיך אנגערופן מיט אויפשטעלן NASA (נאַסאַ), און נאך א קורצער צייט האט ארויפגעשיקט זייערע אייגענע סאטעליטן. אויך האט דער ראטנפארבאנד ארויפגעשיקט דעם ערשטן מענטש (יורי גאגארין) אין אן ערד־ארביט, מיט דער טענה אז דאס באווייזט אז קאמוניזם איז די בעסערע אידעאלאגיע.
קובא רעוואלוציע
רעדאַקטירןאין קובא האט א באוועגונג געפירט דורך צוויי יונגע רעוואלוציאנערן, פידעל קאסטרא און טשע געווארא, געכאפט דעם מאכט אין קובא-רעוואלוציע אום 1טן יאנואר 1959. זיי האבן אונטערגעווארפן פרעזידענט פולגענסיא באטיסטא.[2]
א שטיק צייט נאכהער האבן קובא און די פאראייניגטע שטאטן ווייטער געפירט דיפלאמאטישע באציאונגען אבער, ווען קאסטרא איז געפארן אויף א באזוך אין וואשינגטאן די סי אין אפריל, האט אמעריקאנער פרעזידענט אייזנהאער בדווקא פארלאזט די שטאט כדי נישט צו דארפן טרעפן קאסטרא, און וויצע־פרעזידענט ריטשארד ניקסאן האט געפירט דעם באטרעף אנשטאט אים.[3] קובא האט אנגעהויבן האנדלען כדי צו קויפן געווער פון דעם מזרח־בלאק אין מערץ 1960.[4] אין מערץ יענעם יאר האט אייזנהאער געגעבן זיין הסכמה צו CIA פלענער און פינאנץ כדי איבערקערן קאסטרא׳ס רעגירונג.[5]
אין יאנואר 1961, קורץ פארן סוף פון זיין קאדענץ, האט אייזנהאער אפגעהאקט באציאונגען מיט דער קובא רעגירונג. יענעם אפריל האט די אדמיניסטראציע פונעם ניי־געוויילטן פרעזידענט דזשאן קענעדי געפירט די אומפאלגרייכע אינוואזיע פונעם אינזל ביי פלאיא גיראן און פלאיא לארגא אין סאנטא קלארא פראווינץ.[6] דערנאך האט דער ראטנפארבאנד צוגעזאגט ווייטער שטיצן קובא.[6] אין דעצעמבער האט די יו עס רעגירונג אנגעהויבן א רייע אטאקעס קעגן קובא און איר אדמיניסטראציע כדי אומצוברענגען די קובא־רעגירונג.[13]
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ Applebaum, Anne 2012. Iron Curtain: the crushing of Eastern Europe, 1944–1956. Doubleday. ISBN 0-385-51569-3
- ↑ Blumberg 1995, pp. 23–24.
- ↑ Lechuga Hevia 2001, p. 142.
- ↑ Dominguez 1989, p. 22.
- ↑ It's Time to Stop Saying that JFK Inherited the Bay of Pigs Operation from Ike | History News Network.
- ↑ a b Smith 1998, p. 95.
- ↑ (2010) Washington rules : America's path to permanent war, First, New York: Henry Holt and Company, 77–80. ISBN 978-1-4299-4326-0.
- ↑ (2016) Cuba and the U.S. empire : a chronological history. New York: New York University Press, 45–63, 388–392, et passim. ISBN 978-1-58367-605-9.
- ↑ מוסטער:Cite report
- ↑ מוסטער:Cite report
- ↑ (2002) "The Real Gap in the Cuban Missile Crisis: The Post-Cold-War Historiography and Continued Omission of Cuba", War and Cold War in American foreign policy, 1942–62. Basingstoke: Palgrave Macmillan, 211–237. ISBN 978-1-4039-1385-2.
- ↑ (2009) "State Sponsored Terrorism", That infernal little Cuban republic : the United States and the Cuban Revolution. Chapel Hill: University of North Carolina Press, 170–211. ISBN 978-0-8078-8860-5.
- ↑ [7][8][9][10][11][12]