ווארשע פאקט
דער ווארשע פאקט איז געגרינדעט דורך די לענדער וואס האבן אנגעהערט צום סאוועטן פארבאנד. געגרינדעט אין ווארשע, פוילן דעם 14טן מיי 1955. נאכן אנשליסן פון מערב דייטשלאנד, אינעם נאט"א.
זיין ציל, א ווידערשטאנד צו מערב וועלט איינפלוס, איז געווען א מיליטערישע בונד צווישן די אנגעשלאסענע לענדער, וואס האט ארייגערעכנט טרענירונגען אינאיינעם. דער מיליטער זייערער, האט פארמאגט 300 דיוויזיעס, אזוי ארום זייענדיג פיל גרעסער פון די נאט"א.
ער האט אויך פרובירט פארוואנדלן גריכנלאנד און טערקיי אין קאמוניסטישע לענדער. זיי האבן אויך פרובירט איינפלוסן ישראל, אבער ישראל האט אריינגעשפילט אין אמעריקע, האבן זיי גענוצט זייער איינפלוס מיט עגיפטן און סיריע.
ביי דער רעוואלוציע אין טשעכאסלאוואקיי, האבן זיי אונטערדריקט די אויפשטאנד, מיט א פאראייניגטער ארמיי, פון די לענדער וואס זענען געווען מיטגלידער.
די מיטגלידער זענען ראטן פארבאנד לענדער, פוילן, אונגארן, בולגאריע, אלבאניע, טשעכאסלאוואקיי, ראמעניע, און מזרח דייטשלאנד.
אין דער ענדע 1980ער יארן, האט דער פאקט אנגעהויבן צופאלן, און צוזאמען מיטן קאמוניזם האט עס אויפגעהערט צו פונקציאנירן. א טייל פון די לענדער האבן זיך אנגעשלאסן אינעם נאט"א.