רויטע ארמיי

1918–1946 סאָוועטישע אַרמיי

די רויטע ארמיי (רוסיש: Рабоче-крестьянская Красная армия ראַבאטשע קרעסטיאַנסקאַיאַ קראַסנאַיאַ אַרמיאַ; PKKA; ארבעטער־פויערים רויטע ארמיי) איז געווען די ארמיי פונעם סאוועטן פארבאנד, און די גרעסטע ארמיי אין דער וועלטס געשיכטע. אין 1946 איז זי געווארן די סאוועטן ארמיי.

פאן פון דער רויטער ארמיי

די רויטע ארמיי איז אויפגעשטעלט דורך דער קאמוניסטישער פארטיי אונטער טראצקי נאך דער אקטאבער רעוואלוציע אין 1917, ביי דעם רוסישן ברידערקריג, צו קעמפן קעגן דער ווייסער ארמיי.