נתן מברסלב

רב, פירער פון די בראסלעווער חסידים

רבי נתן שטערנהארץ (ה'תק"מ - י' טבת ה'תר"ה) אויך באקאנט ביי די ברסלעווער חסידים אלס ר' נתן מברסלב איז געווען דער הויפט תלמיד פון רבי נחמן מברסלב, אגרויסע עובד השם מאהבה.

נתן מברסלב
געבורט 22 יאנואר 1780
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 20 דעצעמבער 1844 (אלט 64)
בראסלעוו, אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט בראסלעוו רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
ציון פון רבי נתן

נאך זיין רבי׳נס פטירה האט ער איבער גענומען די הנהגה פון די חסידים.

יונגע יארן

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן שנת ה'תק"מ, ער איז געווען א איידעם ביי רבי דוד צבי נעמיראווער וואס איז געווען רב אין דריי אידישע קהלות אין אוקריינע, מאהלוב, שאריגראד. מיט דער צייט איז ער צוגעצויגן געווארן צו חסידות, ער איז געפארן צו רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, רבי זושא פון האניפאלי, רבי שלום שכנא, רבי גדליה מליניץ, רבי אברהם דוב מחמעלניק. ביי די 22 יאָר איז ער געווארן א ברסלבער חסיד.

ר' נתן איז געווען ביי זיין רבין ר' נחמן אכט יאָר פון ה'תקס"ב ביז ווען זיין רבי איז נסתלק געווארן ה'תקע"א. אין די יאָרן האט ער נישט אפגעטרעטן פון אים, בייטאג ביינאכט, שבת, יום טוב, ער איז געזעסן ביי זיין רבי גאנצענע וואכן און חדשים, ביי יעדער געלגענהייט האט ער געהערט פון אים תורות, מאמרים, שיחות, מעשיות, וואס ער האט שפעטער געדרוקט און פארשפרייט אין זיינע ספרים.

ר' נתן דער תלמיד

רעדאַקטירן

ר' נחמן מברסלב האט פארמאגט אסאך תלמידים, ער זעלבסט האט אמאל געזאגט אז ער האט "ששים גבורים" זעכציג שטארקע לייט וואס דינען השי"ת מיט שטארקייט, אבער דאס מערסטע וואס עס איז געבליבן פון אים איז דורך זיין תלמיד ר' נתן. ר' נחמן האט אים געהאלטן פאר זייער חשוב, ער האט געשריבן אלע ספרים פון רבי נחמן מברסלב, ער איז דער שרייבער און דרוקער פון ביידע חלקים פון ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן סיפורי מעשיות א.א.וו..

ר' נתן איז געווען דער ריכטיגער דולה ומשקה פון זיין רבין פאר אנדערע, אויפן באפעל פון זיין רבין האט ער גערעדט זייער אסאך צו מענטשן זיי דערנענטערן צו השי"ת און צו דעם דרך החסידות פון ר' נחמן. אין ברסלבער ספרים ווערט געברעגט אסאך מאל ווי ר' נחמן האט זיך אויסגעדריקט "פון מיר ווייסן נאר נתן, און נפתלי אביסל". פון גאנץ אנהייב האט ר' נחמן דערנענטערט צו זיך זיין תלמיד ר' נתן, נאך פאר ער איז געקומען צו אים האט ער געזאגט פאר זיינע חסידים: איך זע א נשמה אויף דער אוקריינע. ער האט אויך געזאגט אז דורך דער נשמה וועט מען קענען פארשטיין אלע סודות התורה אפילו כתבי אר"י, דורך זיין וועג. ר' נחמן האט אויסגעלערנט זיין תלמיד פונקטליך ווי אזוי צו שרייבן זיינע תורות.

פאר ר' נתן איז געקומען צו ר' נחמן האבן אנדערע תלמידים געשריבן די תורות, אבער ר' נחמן איז נישט געווען צופרידן פון זייער סטיל, און ווען ר' נתן איז געקומען צו ר' נחמן האט ר' נתן איבערגענומען די שרייב ארבייט, ער האט געשריבן רוב תורות פון ליקוטי מוהר"ן ביידע חלקים, דאס ספר סיפורי מעשיות, חיי מוהר"ן, שיחות הר"ן, שבחי הר"ן, און האט מעתיק געווען דעם ספר המדות. ר' נחמן האט אמאל געזאגט אז מען מוז אנערקענען די גוטס פון ר' נתן ווען נישט ער וואלט נישט געבליבן פון מיר קיין בלעטעל שמות.

די תורות פון ר' נחמן אין ליקוטי מוהר"ן האט ר' נתן געשריבן און מגיה געווען, עס אריין געטראגן צו זיין רבי'ן און זיין רבי האט עס איבערגעקוקט און פאראכטן, און דערנאך איז עס געווען ראוי צום דרוק (זע ליקוטי מוהר"ן).

ר' נתן האט טייער געהאלטן יעדעס ווארט וואס איז ארויסגעקומן פון די מויל פון זיין רבי'ן ער האט עס געשריבן און געדרוקט און עס גע'חזר'ט מיט אלע זיינע ארומיגע.

דער מנהיג פון חסידי ברסלב

רעדאַקטירן

נאך דער פטירה פון זיין רבין האט ער איבערגענומען די הנהגה ביי די ברסלבער חסידים, ער האט געדרוקט רבי נחמנ'ס ספרים, ער האט אויפגעשטעלט צוויי בתי מדרשים אין ברסלב און אין אומאן, ווי אויך האט ער געמאכט צענדליגער און הונדערטער ברסלבער חסידים.

מיט דער צייט האט ער צוגעצויגן צו זיך כמעט אלע קינדער און אייניקלעך פון די תלמידים פון רבי נחמן, ער האט אויפגעשטעלט אן אייגענארטיג חסידות, אנדערש ווי אנדערע חסידות פון יענער צייט, ער איז נישט געווארן קיין ממלא מקום פון זיין רבין נאר א ראש החבורה, און ער האט דערמיט באוויזן אז מען קען אנהאלטן א חסידות, זיין צוגעבונדען צום רבין, אפילו דער רבי לעבט שוין נישט.

די גרויסע מחלוקת

רעדאַקטירן

דער דאזיגער צוגאנג צו חסידות האט געברענגט אויף אים אסאך התנגדות און מחלוקת, אין די יאָרן פון ה'תקצ"הה'תקצ"ח האט מען אים גאר שטארק גע'רודפ'ט, דער סאווראנער רבי ר' משה צבי האט אויף אים געשריבן א חרם, ווי ער שרייבט אז מען טאר נישט שטיין אין די ברסלבער ד' אמות,, מען טאר נישט נעמען קיין מלמד פאר די קינדער א ברסלבער, א שוחט פון די ברסלבער איז נישט בארעכטיגט צו שחט'ן, ווי מען טרעפט די ברסלבער דארף מען זיך דערווייטערן. דער המון עם האט אנגענומען די ווערטער פונעם סאווראנער און מען האט געטריבן און געיאגט ר' נתן מיט זיינע תלמידים מיט אזוינע רדיפות וואס האט נישט זייער גלייכן אין דער היסטאריע פון חסידות.

זיינע מתנגדים האבן אים פאר'מסר'ט פאר דער רעגירונג אינסטאנצען מיט פארשידענע מסירות 1) ער האלט זיך פאר א נביא. 2) ער האט א דרוקעריי און ער דרוקט ספרים נישט דורכן צענזור פון דער רוסישער רעגירונג. 3) ער מאכט משוגע זיינע תלמידים. זיינע מתגנדים האבן אים געוואלט פארטרייבן קיין סיביר וואו ער וועט גארנישט קענען לערנען און פארשפרייטן זיין רבינס לעהרע, מען האט אים איינגעזעצט אין תפיסה און אים גע'משפט צוזאמען מיט מענשטן וואס די רעגירונג האלט מען דארף זיין הרג'ענען. ביי דער ענדע האט מען אים בלויז פארטריבן פון זיין שטאט ברסלב, קיין נעמיראוו. ער איז דארט געווען דריי יאָר פון שנת ה'תקצ"ה ביז אנהויב שנת ה'תקצ"ט, דעמעלטס האבן זיך זיינע מתנגדים איבערגעבטן מיט אים, און ער איז צוריק געקומען קיין ברסלב.

טראץ די גרויסע רדיפות האט ר' נתן אנגעהאלטן זיין וועג, ער האט דאס אויפגעוויזן אין זיינע ספרים וואס ער האט פארפאסט די אכט בענדער ליקוטי הלכות, ווי אויך זיינע בריוון וואס זענען שפעטער צוזאמען גענומען און געדרוקט געווארן מיטן נאמען עלים לתרופה.

רשימה פון זיינע תלמידים

רעדאַקטירן

אייניגע תלמידים פון ר' נתן

1) זיין משמש און גבאי ר' נחמן טולטשינער

2) ר' אפרים ב"ר נפתלי.

3) ר' נחמן דער רב אין טשעהרין.

4-5) די שותפים ר' אבא'לע און ר' אברהם בערנ'יו אן אייניקעל פון רבי נחמן (ביידע זענען געווען גאר גרויסע עשירים אין אוקריינע).

6) ר' יצחק פון לאידיזין.

7) ר' יעקב פון טולטשין איידעם פון ר' משה חיים דער רב פון טולטשין.

8) זיין שוועסטער קינד ר' יצחק אייזיק.

9-10) ר' יצחק אייזיק יוסף מיט זיין זון ר' פנחס יהושע.

11-12) ר' לייבעל'ע חתן ר' ראובן מיט זיין זון ר' נתן.

13 - 14) ר' עוזר פון אומאן מיט זיין זון ר' נחמן.

16-15) ר' משה מיט זיין ברודער ר' אברהם חיים פון אומאן.

17-18) ר' משה און זיין ברודער ר' זיינוויל פון ברסלב.

זייער אסאך תלמידים פון רבי נחמן מברסלב זענען געווען צוגעבונדען צו ר' נתן און אים געהאלפן פארשפרייטן דאס ברסלעווער חסידות.

זיינע קינדער און אייניקלאך

רעדאַקטירן

ר' נתן'ס קינדער זענען געווען:

1) ר' שכנא. 2) ר' יצחק. 3) ר' דוד צבי. 4) ר' נחמן. 5) ר' יוסף יונה. 6) זיין טאכטער חנה צירל; איר ערשטער מאן איז געווען ר' נחמן בן הגאון ר' אהרן דער רב פון ברסלב, דערנאך האט זי חתונה געהאט מיט ר' ברוך.

כמעט אלע זיינע קינדער און אייניקלעך זענען געווען ברסלבער חסידים און אסאך פון זיי האבן אנגעפירט דאס חסידות. דאס מערסטע באקאנט איז ר' מיכל ר' יצחק׳ס. אויך זיין אור־אייניקעל ר' אברהם שטערנהארץ איז געווען פון די גרויסע ברסלבער חסידים אין אומאן און דערנאך אין ארץ ישראל.

זיין פטירה

רעדאַקטירן

ר' נתן איז נסתלק געווארן שנת ה'תר"ה עשרה בטבת.

זיינע ספרים

רעדאַקטירן

ליקוטי הלכות, ליקוטי תפלות, ימי מוהרנ"ת, עלים לתרופה, שמות הצדיקים