נירמאדע
|
נירמאַדע (ביזן ערשטן וועלט קריג: מאַדע; אונגאַריש: Nyírmada) איז א שטעטל אין סאבאלטש-סאטמאר-בערעג מעדזשע אין אונגארן, 20 ק"מ דרום-מזרח פון קליינווארדיין.
רבנות אין שטאט
רעדאַקטירןדער באקאנטער נירמאדער רב, איז געווען הרב הגאון רבי ישראל וואלף לאנדא, א נאנטער אייניקל פונעם נודע ביהודה, וואס האט געפירט די שטאט און ארומיגע שטעטלעך מיט אסאך הצלחה.
דער לעצטער רב אין שטאט פארן קריג איז געווען הרב יעקב יוסף הלוי יונגרייז הי"ד, וואס האט דאס באקומען במתנה, צוליב וואס דער פריערדיגער רב האט איבערגעלאזט א קליינע יתומה, און די קהילה האט צוגעזאגט פאר נדן, אז ווער עס וועט איר נעמען, וועט באקומען די רבנות שטעלע אין דער שטאט אלס שכר.
בעפאר דעם איז געווען דארטן רב הרב דוד טעלער, וואס עס זענען פארהאן פון אים אסאך קינדער און אייניקלעך.
אין יאר תר"ץ האבן געוואוינט אין נירמאדע 348 יידן.[1]