יחזקאל לאנדא

(אַריבערגעפֿירט פון נודע ביהודה)

הרב יחזקאל הלוי לאנדא (י"ח מרחשון, ה'תע"ד - י"ז אייר, ה'תקנ"ג) איז געווען א דיין אין בראד און אב"ד פֿון יאמפעלע און פראג, בעהמען. ער האט איז באוואוסט אויפן נאמען פון זיין בארימטן ספר שו"ת נודע ביהודה.

יחזקאל לאנדא
געבורט 8 אקטאבער 1713
אפטא, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 29 אפריל 1793 (אלט 79)
פראג רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
תלמידים אהרן חורינער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
הרב יחזקאל לאנדא, דער "נודע ביהודה"

יונגע יארן

רעדאַקטירן

יחזקאל לאנדא איז געבוירן אין אפט, פוילן, י"ז מרחשון תע"ד צו זײַן פאטער יהודה, א מיטגליד אין דעם וועד ארבע ארצות און זײַן מוטער חיה, א טאכטער פֿון הרב אליעזר אב"ד דובנא. זײַנע עלטערן זענען ביידע געווען אייניקלעך פונעם רבי'ן ר' העשיל פון קראקע. צו עלף יאר האט ער געלערנט תורה בײַ הר"ר יצחק אײַזיק סג"ל פֿון לודמיר.

ווען ער איז געווארן בר מצוה האט ער אנגעהויבן לערנען אינעם בראדער קלויז. אין יאר תצ"ב האט ער חתונה געהאט מיט ליבא, די טאכטער פונעם נגיד ר' יעקבקא פון דובנא. ער האט געוואוינט אין דובנא א קורצע צײַט, נאכדעם איז זײַן שווער אריבערגעגאנגען צו וואוינען אין בראד, דארט איז ר' יחזקאל צוריק אין קלויז.

אין תצ"ד האט מען געבעטן ר' יחזקאל צו ווערן דער ראש בית דין פון בראד.

אין תק"ה האט פאסירט א מעשה ווען דער בית דין פון בראד האט געגעבן א פסק קעגן די שנור פון א גרויסן גביר אין בראד. די דריי דיינים זענען געווען הר"ר יחזקאל לאנדא, הר"ר מאיר מרגליות (מחבר פון מאיר נתיבים) און הר"ר גרשון קיטאווער, א שוואגער פונעם בעל שם טוב. דער גביר איז געווען נאנט צום פריץ און צוליב דעם פסק האבן די דריי דיינים געדארפֿט אנטלויפֿן פון בראד.

עטליכע חדשים שפעטער האט די קהילה אין יאמפעלע גערופן הר"ר יחזקאל צו ווערן זייער רב. ער האט פארפילט דעם אמט צען יאר, און אויפגעשטעלט א ישיבה אין יאמפאלע.

אום כ' כסלו, ה'תקט"ו האט די קהילה פון פראג ממנה געווען הר"ר יחזקאל אלס אב"ד פון פראג און הויפט רב פון גאנץ בעהמען, צוואנציג יאר נאך דער פטירה פֿונעם פריערדיגן רב, הר"ר דוד אפנהיים.

אין די ת' און ת"ק יארן איז דאס לאנד בעהמען געווען אונטער דער האפסבורג מאנארכיע, געפירט פון דער קייסערין מאריא טערעזא.

נישט קיין צוויי יאר אריין אין דעם רבנות פון הר"ר יחזקאל, האט פרייסן אטאקירט בעהמען ביי דער שלאכט פון פראג אין דעם זיבן יעריגן קריג. זיינע תלמידים און נאנטע באקאנטע האבן מייעץ געווען דעם רב צו אנטלויפן פון פראג אבער ער האט נישט מסכים געווען פארלאזן זיין קהילה. ער האט ארויסגעגעבן א ספּעציעלע תפילה פארן וואוילזײַן פון דעם קעניגליכן הויז. ער האט אויך גערופֿן אלע יודן אין דער אלטנוישול אריין וואו ער האט גע'דרש'נט וועגן טריישאפט צו דער קייסערין, און געסטראשעט אריינלייגן אין חרם ווער ס'וועט צוהעלפן דעם פֿײַנד אדער האנדלען אין דעם לאגער פונעם פֿײַנד.

ר' יחזקאל האט אויפֿגעשטעלט א ישיבה אין פראג און געזאגט דארט א שיעור פֿיר מאל א טאג צו פיר כתות פון תלמידים: צוויי שיעורים אין גמרא אין צוויי שיעורים אין שולחן ערוך. צווישן זײַנע תלמידים זענען געווען ר' אברהם דאנציג, ר' דוד דייטש (מחבר פון אהל דוד), ר' אלעזר פלעקלעס און ר' בצלאל רענשבורג.

די מנהיגי החסידות, צווישן זיי דער צאנזער רב און דער בעל התניא, האבן שטארק געשעצט ר' יחזקאל.

אום תקל"ג האט אויסגעבראכן א פֿייער וואס האט פֿארברענט זײַן הויז מיט זײַנע כתבים. נאכהער האט ער אנגעהויבן צו דרוקן זײַנע תשובות, וואס האבן ערשינען צום ערשטן מאל אין תקל"ז מיטן נאמען נודע ביהודה לכבוד זײַן פֿאטער ר' יהודה.

אום תקמ"ג האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן זײַנע חידושים אויף ש"ס מיטן נאמען ציון לנפש חיה (צל"ח) לכבוד זײַן מוטער חיה.

זיינע פסקים אין נודע ביהודה זענען פון די פראמינענטסטע אין דער הלכה וועלט.

פון די באקאנטע אין דער חסידישער וועלט איז די תשובה קעגן זאגן לשם יחוד, וואס דער דברי חיים האט טאקע נישט געזאגט לכבודו פונעם גרויסן נודע ביהודה.

דער באר מים חיים האט אנגעשריבן א תשובה דערקעגן. און מען זאגט אויך אז ווארשיינליך האט דער נוב"י חרטה געהאט דערפון בסוף ימיו, ווייל ער האט געגעבן גאר א ווארימע הסכמה אויפן ספר אור לישרים פון ר' זרח איידליץ וואו דער ערשטער דרוש באציט זיך איבער דעם חשיבות זאגן לשם יחוד בעפאר א מצוה.

שפעטערע יארן

רעדאַקטירן

אין זײַן עלטער, ווען ער איז געווארן קראנק, האט ער איבערגעגעבן די ישיבה צו זײַן זון ר' שמואל (וואס איז געווארן פראגער רב נאך אים). י"ב טבת תק"ן איז נפטר געווארן זײַן רביצין. אין זײַן לעצטן יאר האט ער ווײַטער געשריבן תשובות. י"ז אייר ה'תקנ"ג איז ער נפטר געווארן, און יודן זענען געקומען פון גאנץ בעהמען אויף זײַן לויה.

זײַנע ספרים

רעדאַקטירן

זיינע ברודער

רעדאַקטירן
  • רבי מאיר הלוי

זיינע קינדער

רעדאַקטירן
  • ר' שמואל אב"ד פראג
  • ר' יעקבקא
  • הרבנית פריידא אשת ר' יוסף מפוזנא