ניס
- דער ארטיקל דיסקוטירט די שטאט אין פראנקרייך. טאמער זוכט איר די פרוכט, זעט נוס.
|
ניס (פראַנצויזיש: Nice) אָדער ניצאַ (דייטשיש, איטאליעניש: Nizza) איז די פינפטע מערסטע באפעלקערטע שטאָט אין פֿראַנקרייַך, נאָך פּאַריז, מאַרסיי, ליאָן און טולוז, מיט אַ באַפעלקערונג פון 348,721. אין באדעקט אַ לאַנד שטח פון 71.92 ק"מ². דער שטאָטישער געגנט פון ניס פארשפרייט זיך ווייַטער פון די אַדמיניסטראַטיווע שטאָט גרענעצן מיט אַ באַפעלקערונג פון איבער 955,000 אויף אַ שטח פון 721 ק"מ². ניס ליגט אויף דעם דרום־מזרח עק פון פֿראַנקרייַך אויפן מיטלענדישן ים. ניס איז די צווייטע גרעסטע פראנצויזיש שטאָט אויפן מיטלענדישן בארטן.
געאגראפיע
רעדאַקטירןניס ליגט אויף דעם מיטלענדישן ים, ברעג און איז ארומגענומען מיט בערגלעך פון די אַלפּן. צוויי טייכן לויפן אדורך דער שטאט, דער פאַיאָן אין מזרח און דער מאַניאַן אין מערב; אין זומער טוען זיי זיך אויסטרוקענען.
געשיכטע
רעדאַקטירןגרונט
רעדאַקטירןניס איז געגרינעט מיטן נאמען Νικαία (ניקאַיאַ) אַרום 350- דורך די גריכן פון מאַסיליאַ (מאַרסיי). די שטאָט איז אינגיכן געווארן פון די מערסטע באשעפטיגטסטע פארטן אויף דעם ליגורישן בארטן, אָבער עס האט אַ וויכטיק קאָנקורענט אין דער רוימישער שטאָט סעמענעלום, וואָס געצויגן צו עקסיסטירן ווי אַ באַזונדער שטאָט ביז דער צייַט פון דער לאָמבאַרדישע אינוואזיעס. די חורבות פון סעמענעלום ליגן אין סימיעז, וואָס איז איצט אַ דיסטריקט אין ניס.
פריע אַנטוויקלונג
רעדאַקטירןאין דעם 7טן יאָרהונדערט, האט זיך ניס מיטגעטיילט אין דער גענאָעזער ליגע געשאפן דורך די שטעט פון ליגוריאַ.
ייִדישער קהל
רעדאַקטירןאין ניס וואוינען עטלעכע 20,000 אידן. עס זענען פאראן דרייַ ייִדישע שולעס אין דער שטאָט, פון חב"ד, פון דער אַלייאַנס באוועגונג, און די ציוניסטישע שולע "אור תורה".
צווילינג שטעט
רעדאַקטירןניס האט 13 שוועסטער שטעט: