חיים צבי פריימאן
חיים צבי פריימאן איז אן אלטער בחור א בעל תשובה וואס האט א גוטן ענגליש. הרב שך האט אים אמאל געהייסן שרייבן פארן יתד נאמן. אבער ער איז געווארן פון די נטורי קרתא און איז אקטיוו אין ארומפארן צו פארשפרייטן די שיטה קעגן די ציונים.
מען רופט אים איש ירושלים צוליב זיין מאדנע ירושלים לבוש אין סאמע הארץ פון וואשינגטאן הייטס מיט ברייטן ביבער היט און ווייסן קאפל און שווארצע זאקן.
ער איז שוין אין די הויכע פופציגער אבער ער פארבט זיך זיין בארד שווארץ צו טרעפן א גוטער שידוך.[פֿעלט אַ מקור]
לעצטנס גייט ער ארום אסאך נאך געלט זאמלען פון עניי ארץ ישראל וואס ער איז שטארק צוגעבינדן צו ירושלים. אסאך אינערהאלב די נטורי קרתא האבן אויף אים קריטיק אז ער איז צופיל אריינגעטאן מיט אהבת ארץ ישראל און מען טאר נישט אזויפיל אהין פארן ווי ער.
ער איז אסאך אן אנגעלייגטער גאסט אויף שבתים אין וויליאמסבורג ביי די נגידים פון שטאט.