קיין פריי בילד

משה יוסף רייכמן (ענגליש: Paul Reichman; ‏ 30סטן סעפטעמבער 1930, ווין - כ"א חשוון 2013, טאראנטא). יידישער-קאנאדער מיליאנער, פון די אייגנטימער פון Olympia & York אומבאוועגלעכע גיטער פירמע.

משה רייכמאן
Paul Reichmann
קיין פריי בילד
געבורט 27 סעפטעמבער 1930
וויען רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 25 אקטאבער 2013 (אלט 83)
טאראנטא, קאנאדע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה קאנאדע, אונגארן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך סוחר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

משה רייכמאן איז געבוירן געווארן אין ווין צו שמעיה און רענע רייכמאן, חרדישע יידן פון א קליין שטעטל אין טשעכאסלאוואקיי, וואס זענען געווארן רייך פון האנדלען מיט אייער אין ווין. די רייכמאן משפחה זענען געפארן קיין אונגארן צו באזוכן דעם זיידן וואס האט געליטן פון א שלאַק פונקט דעם טאג פונעם אנשלוס; צוליב דעם האבן זיי באשלאסן נישט צוריקצוקערן קיין עסטרייך נאר זיי האבן זיך אריבערגעצויגן אין פראנקרייך. ווען נאצי דייטשלאנד האט איינגענומען פראנקרייך זענען זיי אנטלאפן אין טאנזשיר, אין נייטראלן מאראקא. די משפחה האט זיך קאנסאלידירט דארטן האנדלען מיט פרעמדער וואלוטע. אין דעם סוף פון די 1940ער יארן איז משה געגאנגען לערנען אין דער גייטסהעדער ישיבה, און דערנאך האט ער געלערנט אין ישיבות אין ישראל.

אין 1955 האט ער געהייראט לאה פעלדמאן אין מאנטרע, שווייץ.

שפעטער איז ער געפארן קיין טאראנטא, קאנאדע

ער איז נפטר געווארן כ"א חשון תשע"ג און מען האט אים באגראבן אין הר המנוחות. ביי זיין לויה האבן משתתף געווען די רבנים רבי שמואל אויערבאך, רב עדס און רב משה שטערנבוך.

וועבלינקען

רעדאַקטירן