ישיבת בית יוסף (גייטסהעד)

(אַריבערגעפֿירט פון גייטסהעדער ישיבה)

די ישיבת בית יוסף אין גייטסהעד, באקאנט ווי די גייטסהעדער ישיבה, איז א ישיבה גדולה אין דער שטאט גייטסהעד, ענגלאנד. זי איז די גרעסטע ישיבה אין אייראפע וואס האט גרויסן פרעסטיזש ביים עולם.

היסטאריע

רעדאַקטירן

די ישיבה האט מען אויפגעשטעלט אין תרפ"ט. אין די ערשטע יארן האט די ישיבה געלערנט אין דער שול פון דער גייטסהעדער קהילה (די בלעכערנע שול).‏[1] אין די יארן פון חורבן אייראפע האט די ישיבה געדינט ווי א שוצארט פאר הונדערטער בחורים פון דייטשלאנד און אנדערע לענדער וואס האבן באקומען אויטאריזאציע צו קומען וואוינען אין בריטאניע צוליב די פאדערונגען פון דער ישיבה.

דער גייטסהעדער שוחט, ר' דוד דרייאן, האט שטארק געוואלט אויפשטעלן א ישיבה אין דער שטאט. צוליב דעם האט ער געבעטן פונעם "חפץ חיים" אז ער זאל שיקן פון זיינע תלמידים צו פירן די ישיבה. דער חפץ חיים האט טאקע געשיקט צוויי פון זיינע בחורים, רבי נחמן לאנדינסקי, וואס איז געווארן דער ערשטער ראש ישיבה, און רבי אליעזר קאהאן, וואס איז געווארן דער ערשטער מנהל רוחני. זיי ביידע זענען געווען נאווהארדאקער בחורים, און זיי האבן אויפגעשטעלט די ישיבה אויפן נאווהארדאקער שטייגער, מיטן נאמען "ישיבת בית יוסף" אזוי ווי אלע נאווהארדאקער ישיבות.

נאכדעם וואס רבי לאנדינסקי איז אריבער אין די פאראייניגטע שטאטן, האט מען אויפגענומען די צוויי שוואגערס רבי לייב גורוויץ און רבי לייב לאפיאן צו פירן די ישיבה.

אין תש"ז (1947) האט מען באשטימט רבי משה שוואב צו ווערן משגיח רוחני פון דער ישיבה, ווען ער איז געווען אלט 30 יאר. שפעטער האט מען אויפגענומען רבי מתתיהו סאלאמאן, צו ווערן צווייטער משגיח. נאך רבי משה'ס פטירה איז ער געווארן משגיח. דער היינטיקער משגיח איז רבי מרדכי יוסף קארנאווסקי, און דער צווייטער משגיח איז רבי גרשון מילער.

אין תשע"א האבן געלערנט אין דער ישיבה עטלעכע 350 תלמידים, דער גרעסטער טייל פון זיי זענען פון ענגלאנד, די אנדערע פון אייראפע, די פאראייניגטע שטאטן און ארץ ישראל, אויך לערנען אין דער ישיבה תלמידים פון צפון אפריקע, דרום אפריקע, דרום אמעריקע און אויסטראליע.

די היינטיקע הנהלה איז:

אויך זענען ר"מים:

  • רבי ש ר ליבערמען
  • רבי יעקב יצחק ראזנבוים
  • רבי שמעון נתן גרון
  • רבי שמחה פעלד

געוועזענע הנהלה

רעדאַקטירן

די פריערדיקע ראש ישיבות זענען:

די פריערדיקע משגיחים זענען געווען:

געוועזענע מנהלים:

  • רבי חזקיהו אליעזר קאהאן, מחבר פון "נחלת אליעזר"
  • רבי זאב כהן

נאך רבי אליעזר'ס פטירה, האט מען באשטימט זיין איידעם רבי זאב כהן, א ר"מ אין דער ישיבה, צו ווערן מנהל-רוחני אין זיין ארט.

ישיבה-גראַדואַנטן

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן