מערת המכפלה

(אַריבערגעפֿירט פון מערת המכפילה)

קאארדינאטן: 31°31′29″N 35°06′39″E / 31.5247°N 35.1107°E / 31.5247; 35.1107

מערת המכפלה (אראביש: الحرم الإبراهيمي, אלחרם אלאבראהימי) איז דער געדאפלטער הייל אין חברון וואו עס ליגן דארטן באגראבן אדם הראשון מיט חוה און די אבות אברהם, יצחק און יעקב און די אמהות שרה רבקה און לאה, אחוץ רחל וואס ליגט אין קבר רחל אין בית לחם.

מערת המפלה פון דרויסן.

די קברים זענען אויך פארהייליגט ביי די אראבער.

אין תמוז תרפ"ט האט דער ליובאוויטשער רבי ריי״צֿ באזוכט דעם יידישן יישוב אין חברון. דער רבי האט באזוכט די נכסים וואס זענען געווארן קאנפיסקירט פון חב"ד, צווישן זיי ראמאנא הויז. דורכן השתדלות פון לייזער-דן סלאנים, האט דער רבי באקומען א ספעציעלע באשטעטיגונג צו דאווענען אינערהאלב דער מערת המכפלה. צוזאמען מיט אים זענען אריינגעגאנגען זיין איידעם שמריהו גוראריה, הרב יעקב יוסף סלאנים רב פון חברון, לייזער-דן סלאנים, הרב ישראל זיסל דווארעץ און זיין ברודער יצחק – תלמידים פון דער חברונער ישיבה, און נאך איין לובאוויטשער חסיד.‏[1]

אין די שפורן פון די פרעות תרפ"ט האט מען פארטריבן די יידן פון חברון און זייט דעמאלטס ביז תשכ״ז זענען יידן נישט געקענט צוקומען צו דער מערה.

רעפערענצן

רעדאַקטירן


 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: מערת המכפלה