די מאמע רחל זי איז געווען די צווייטע טאכטער פון לבן הארמי און מוטער עדינה‏[1]. איז געווען דאס באליבטע ווייב פון יעקב. זי האט געהאט צוויי קינדער:יוסף און בנימין.

רחל
געבורט 1729 לפנה״ס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1685 לפנה״ס (אלט 44 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט קבר רחל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט נביא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
בן/בת זוג יעקב אבינו רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
רחל אמנו מיט יעקב אבינו על יד הבאר (צייכונג, ויליאם דייס, 1853 בריטיש)

קול ברמה נשמע

רעדאַקטירן

ירמיהו דער נביא האט געזאגט אין נאמען פון גאט (100 יאר-) נאך וואס די עשרת השבטים האבן גולה געוועזן, הערט זיך א קול פון רחל ווי זי וויינט אויף אירע קינדער די עשרת השבטים וואס האבן גולה געוועזן, און ווי גאט טרייסט איר און זאגט צו אז אין דער צוקונפט וועלן זיך אלע אומקערן צוריק קיין ארץ ישראל: ”כֹּה אָמַר יְהוָה, קוֹל בְּרָמָה נִשְׁמָע נְהִי בְּכִי תַמְרוּרִים--רָחֵל, מְבַכָּה עַל-בָּנֶיהָ; מֵאֲנָה לְהִנָּחֵם עַל-בָּנֶיהָ, כִּי אֵינֶנּוּ. כֹּה אָמַר יְהוָה, מִנְעִי קוֹלֵךְ מִבֶּכִי, וְעֵינַיִךְ, מִדִּמְעָה: כִּי יֵשׁ שָׂכָר לִפְעֻלָּתֵךְ נְאֻם-יְהוָה, וְשָׁבוּ מֵאֶרֶץ אוֹיֵב. וְיֵשׁ-תִּקְוָה לְאַחֲרִיתֵךְ, נְאֻם-יְהוָה; וְשָׁבוּ בָנִים, לִגְבוּלָם” ( ספר ירמיהו ל"א.)

די פסוקים ווערן איבערגעחזרט און געזונגען צו דערמאנען די נבואה אז כלל ישראל וועט זיך אומקערן פון גלות.

  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – קבר רחל

די אנגענומענע דעה איז אז רחל איז געשטארבן י"א מרחשון ב'ר"ח אין אפרת לעבן בית לחם. ”וַתָּמָת רָחֵל וַתִּקָּבֵר בְּדֶרֶךְ אֶפְרָתָה הִוא בֵּית לָחֶם. וַיַּצֵּב יַעֲקֹב מַצֵּבָה עַל קְבֻרָתָהּ הִוא מַצֶּבֶת קְבֻרַת רָחֵל עַד הַיּוֹם” (בראשית ל"ט)אבער לויט ספר שמואל איז זי באגראבן געווארן אין רמה וואס ליגט צפון פון ירושלים ”קְבֻרַת רָחֵל בִּגְבוּל בִּנְיָמִן, בְּצֶלְצַח” (שמואל א' (פרק י')).


  1. ע"פ מדרש