מונקאטש

א שטאט אין אוקראינה
(אַריבערגעפֿירט פון מונקאַטש)

מונקאַטש (אוקראיניש: Мукачеве, סלאוואקיש: Mukačevo, אונגאַריש: Munkács, רוסיש: Мукачево) איז א שטאט אין קארפּאטן־לאנד, היינט א טייל פון אוקראינע.

מונקאטש
Мукачево
mukachevo-rada.gov.ua
מונקאַטש
Мукачеве
פאנאראמא פון מונקאטש
מדינה / טעריטאָריע אוקראינע
גרינדונג דאַטע 896
קאָאָרדינאַטן 48°27′00″N 22°45′00″E / 48.45000°N 22.75000°E / 48.45000; 22.75000קאארדינאטן: 48°27′00″N 22°45′00″E / 48.45000°N 22.75000°E / 48.45000; 22.75000

 ‑ אין שטאָט

85,569[1]‏  (שטייענדיג 2022)
צײַט זאָנע UTC+1
http://www.mukachevo-city.org

יידישע היסטאריע

רעדאַקטירן

אידן האבן זיך באזעצט אין מונקאטש אין די אנפאנג ת"ק יארן. דער ערשטער חסידישער רבי וואס זאל דינען אלס רב אין דער שטאט איז געווען רבי צבי אלימלך שפירא בעל בני יששכר און צוליב א מסירה איז ער צוריק צו זיין פריערדיגן וואינארט דינאוו וואס איז צוריק געווארן רב ושם מנ"כ.

זיין אייניקל רבי שלמה שפירא בעל שם שלמה איז גערופן געווארן פון סטריזשעוו, גאליציע, און איז אויפגענומען געווארן אלס רב.

נאכן הסתלקות פונעם שם שלמה זי"ע איז אויפגענומען געווארן אויף זיין אמט רבי צבי הירש שפירא באקאנט אלס דער "דרכי תשובה".

מיטן הסתלקות פונעם ״דרכי תשובה״ אין יאר תרע"ד איז אויפגענומען געווארן זיין בן יחיד רבי חיים אלעזר שפירא דער בעל "מנחת אלעזר" אלס רב און אב"ד פון מונקאטש והגלילות.

אונטער זיין פירערשאפט האט זיך מונקאטש אנטוויקלט צו ווערן די צענטער פון תורה און חסידות אין קארפאטן אונגארן. 60 פערצענט פון די שטאט'ס איינוואוינער זענען געווען אידן, אן ערך פון 16,000 אידן. דער מנחת אלעזר זי"ע האט באוויזן אויפצושטעלן חדרים און די בארימטע ישיבה רבתי "דרכי תשובה" וואו עס האבן געלערנט הונדערטער בחורים וואס זענען געקומען צו פארן קיין מונקאטש פון איבער גאנץ אייראפע.

נאך דער פטירה פון דעם מנחת אלעזר איז געווארן רב זיין רבי ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש און ער איז געווען רב ביז די צווייטע וועלט מלחמה

אין די פינסטערע מלחמה יארן זענען צענדליגער טויזנטער אידן פון מונקאטש און דער גאנצער געגנט איינגעשפארט געווארן אין צוויי געטא'ס אין מונקאטש ווי זיי זענען געווען ביז די נאצי'ס ימ"ש האבן ליקווידירט די געטא'ס אינ'ם טאג ב' סיון תש"ד און זיי געפירט קיין אוישוויץ הי"ד.

אינעם אומגעגענט

רעדאַקטירן

אינעם אומגעגענט פון מונקאטש, זענען דא פארשידענע קור-ערטער, ווי די מונקאטשער אידן פלעגן א שטייגער האלטן א מיל, דאס טייטש ווי אין ניו יארק די קאנטרי, און דארט איז פארהאנען א שטאט, נישט ווייט, מיט'ן נאמען באַטיאָוואָ, וואס איז אמאל געווען טשעכסלאוואקיע, און היינט אוקריינא, אבער איז געבענטשט מיט שיינע פאנאראמעס.

צווילינג שטעט

רעדאַקטירן


וועבלינקען

רעדאַקטירן


  1. http://db.ukrcensus.gov.ua/PXWEB2007/ukr/publ_new1/2022/zb_Сhuselnist.pdf