חיים אלעזר שפירא

רשכבה"ג בעל מנחת אלעזר ממונקאטש

רבי חיים אלעזר שפירא זצ"ל (געבוירן ה' טבת ה'תרל"ב - ב' סיון ה'תרצ"ז), רב אין מונקאטש, באקאנט אלס דער מנחת אלעזר.

חיים אלעזר שפירא
געבורט 17 דעצעמבער 1871
סטריזשעוו, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 12 מאי 1937 (אלט 65)
מונקאטש, אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
רבי חיים אלעזר שפירא
רשכבה"ג מרן חיים אלעזר שפירא אבד"ק מונקאטש בעל מנחת אלעזר
רשכבה"ג מרן חיים אלעזר שפירא אבד"ק מונקאטש בעל מנחת אלעזר
דער מונקאטשער רב
דער בעל מנחת אלעזר פון מונקאטש
דער בעל מנחת אלעזר פון מונקאטש
עיקר חיבור שו"ת מנחת אלעזר
געבורט ה' טבת ה'תרל"ב
סטריזשעוו
פטירה ב' סיון ה'תרצ"ז
קבורה ארט מונקאטש
חסידות מונקאטש
הויף ארט מונקאטש
נומער אין דינאסטיע 3
פאריגער הרב צבי הירש שפירא
נאכפאלגער הרב ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש
ספרים אות חיים, אות שלום, דברי קודש, דרכי תשובה (מקוואות), הגהות הירושלמי, חיים ושלום, מאמר אדון כל, חמשה מאמרות , מאמר מילי דהספידא, שו"ת מנחת אלעזר, משמיע ישועה, נימוקי אורח חיים, עולת תמיד, שער יששכר, זעקת שפירין, דרכי חיים ושלום
פאטער צבי הירש שפירא
ווייב1 חיה חאשא
ווייב 2 רחל פערל
קינדער 2 חיה פרומא רבקה

רבי חיים אלעזר איז געבוירן אין סטריזשעוו ה' טבת ה'תרל"ב צו זיין פאטער הרב צבי הירש שפירא, רב אין מונקאטש, דער דרכי תשובה, א זון פון הרב שלמה שפירא רב אין מונקאטש, דער שם שלמה, א זון פון הרב אלעזר שפירא רב אין לאנצהוט, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא רב אין דינאוו, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת אסתר א טאכטער פון הרב חנינא הורוויץ פון אוליאנאוו.

אין עלטער פון צוויי און דרייסיג יאר איז רבי חיים אלעזר שוין געווען ראש בית דין אין מונקאטש. נאך דער פטירה פון זיין פאטער אין יאר ה'תרע"ד איז רבי חיים אלעזר געווארן רב אין מונקאטש.

אדמו״רות

רעדאַקטירן

דעם צווייטן טאג סוכות תרע"ד (1913), אן ערב שבת, איז זיין פאטער נפטר געווארן און די קבורה איז פארגעקומען יום טוב. גלייך ווען זיי זענען צוריקגעקומען פון דער לווייה פרייטיג צונאכט האט ער אנגעהויבן פירן די רביסטעווע מיט א "טיש", זאגן תורה און ניגונים.

עטלעכע וואכן נאכהער, זונטיק פון פרשת וישלח, האט מען אים באשטימט אפיציעל שטאטס רב מיט א כתב רבנות געשריבן און אונטערגעשריבן אויף קלף דורך די קהילה עסקנים.

בשעת דעם ערשטן וועלט קריג (1914-1918), איז מונקאטש געווען א גרענעץ שטאָט, און פילע יידישע פליטים זיינען דארט אנגעקומען. דער רבי האטהאט געארבעט אסאך לטובת די פליטים פון גאליציע אין מונקאטש,

אזוי אויך האט ער אויפגעשטעלט זיין כולל מונקאטש ועשרה גלילות אין בתי מונקאטש.
 
רשכבה"ג מרן חיים אלעזר שפירא אבד"ק מונקאטש בעל מנחת אלעזר

רבי חיים אלעזר איז נפטר געווארן ב' סיון ה'תרצ"ז.

רבי חיים אלעזר האט געהייראט אין יאר ה'תרמ"ז בזיווג ראשון מרת חיה חאשא א טאכטער פון הרב שרגא יאיר ראבינאוויטש, אן אייניקל פון הרב יעקב יצחק ראבינאוויטש, דער ייד הקדוש פון פשיסחא. אין יאר ה'תרס"ו ווען זיי זענען נאך נישט געהאלפן געווארן מיט קינדער האט ער זי גע'גט.

חשוון ה'תרס"ז האט רבי חיים אלעזר געהייראט בזיווג שני מרת רחל פערל א טאכטער פון הרב יעקב משה סאפרין פון קאמארנא. זייער טאכטער:

זיינע ספרים

רעדאַקטירן
  • אות חיים ושלום - הלכות תפילין ומילה
  • נימוקי אורח חיים
  • דרכי חיים ושלום
  • מאמר זכרון צדיקים - מילי דהספידא
  • שער יששכר
  • חיים ושלום
  • דברי תורה
  • חמשה מאמרות
  • עולת תמיד - מסכת תמיד
  • מסעות ירושלים
  • שו"ת מנחת אלעזר
  • הגהות ירושלמי
  • משמיע ישועה

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר