קאפשטאט
קאַפּשטאָט (ענגליש: Cape Town; אַפֿריקאַנס: Kaapstad; קאסא: iKapa) איז די צווייטע מערסט באפעלקערטע שטאט אין דרום אפריקע,[1] און די פראווינציאלע הויפטשטאט פון דעם מערב קאפ. אזוי ווי זי איז די זיץ פונעם דרום אפריקע פארלאמענט, איז זי די לעגיסטלאטיווע הויפטשטאט פונעם לאנד. די שטאט איז בארימט פאר איר האוון, ווי אויך דעם באוואוסטן טיש בארג. קאפשטאט איז אפריקעס מערסטער פאפולערער טוריסטן ציל.[2]
www |
אין 2007 האט די שטאט געהאט א געשאצטע באפעלקערונג פון 3.5 מיליאן.[1] קאפשטאטס לאנד שטח פון 2455 ק"מ2 איז גרעסער פון אנדערע שטעט אין דרום אפריקע, אזוי האט זי א קלענערע באפעלקערונג ענגקייט פון 1425 מענטשן א ק"מ2.[3]
היסטאריע
רעדאַקטירןדער געגנט פון קאפשטאט ווערט ערשט דערמאנט אין היסטאריע אין 1486 דורכן פארטוגעזישן אויספארשער בארטאלאמיי דיאס. אין 1497 האט וואשקו דא גאמא באריכטעט אז ער האט געזען דעם קאפ פון גוטער האפנונג.
צווילינג שטעט
רעדאַקטירןקאפשטאט האט זעקס צווילינג שטעט, ווי פאלגנד:
לאנד | שטאט | איינגעשטעלט |
---|---|---|
דייטשלאנד | אאכען[4] | 2000 |
טיילאנד | באנגקאק[מקור פארלאנגט] | 2007 |
ישראל | חיפה[5] | 1975 |
כינע | האנגזשו[6] | 2005 |
פראַנקרײך | ניצא[7] | 1974 |
רוסלאַנד | פעטערבורג[8] | 2001 |
בעלגיע | אנטווערפן[מקור פארלאנגט] | 1996 |
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ a b Community Survey, 2007: Basic Results Municipalities (PDF). Statistics South Africa. דערגרייכט דעם 23סטן מערץ 2008.
- ↑ Why Cape Town is one of the Best Tourist and Expat Destinations.
- ↑ City of Cape Town. Municipal Demarcation Board. דערגרייכט דעם 23סטן מערץ 2008.
- ↑ Agenda 21 Partnership Cape Town – Aachen. דערגרייכט דעם 5 טן מערץ 2010.
- ↑ Cape Town. Haifa City. דערגרייכט דעם 5טן מערץ 2010.
- ↑ Agreement on the Establishment of Relations of Friendship between the City of Hangzhou of the People's Republic of China and the City of Cape Town of the Republic of South Africa (18 April 2005). דערגרייכט דעם 5טן מערץ 2010.
- ↑ Villes jumelées avec la Ville de Nice (French). Ville de Nice. דערגרייכט דעם 5טן מערץ 2010.
- ↑ Saint Petersburg in figures – International and Interregional Ties. Saint Petersburg City Government. דערגרייכט דעם 23סטן מערץ 2008.