טעפעריי
טעפעריי איז דער טעכניק פון צוגרייטן קעראמיק, ספעציעל זאכן פון ליים וואס ווערט פארמירט, געטרוקנט, דעקארירט און געברענט אין אן אויוון וואס איז גאר הייס, וואס מאכט דעם קעראמישן ענד־פראדוקט הארט און טיילווייז וואסערפעסט. די כלים וואס מען מאכט זענען טעפ, קריגלעך, וואזאנעס און שיסלען.
טראדיציאנעל שאפט דער טעפער א טאפ אויף א טעפער־ראד וואס דרייט כסדר.
דער טעפער הייבט אן מיט א שטיק ליים און הייבט אן צו פארמירן די צורה פון דער כלי וואס ער וויל מאכן. ער מוז ארבעטן דעם מאטריאל אז עס זאל נישט בלייבן אינדרינען קיין לופט. נאכדעם הייצט מען דעם טאפ אין א ברענאויוון, וואס נעמט ארויס גאר דאס וואסער אין דעם ליים. דאס ענדערט דעם מאטריאל אויף א שטייגער אז ער ווערט הארט און שטארק.
עטימאלאגיע
רעדאַקטירןדי כלי וואס ווערט געמאכט פון ליים ווערט גערופן א "טאפ"; דער וואס מאכט דעם טאפ איז א "טעפער"; און די פאך איז "טעפעריי".