שליח (חב"ד)

(אַריבערגעפֿירט פון שלוחים)

א שליח פונעם ליובאוויטשער רבי איז א חסיד וואס פארשפרייט אידישקייט אין א באשטימטער פלאץ. דער ליובאוויטשער רבי האט ארויסגעשיקט טויזענטע חסידים צו ווערן שלוחים, בויען אידישקייט איבער דער גארער וועלט. יעדער שליח עפענט א בית חב"ד אדער א קהילה און איז אין פערזענלעכן קאנטאקט מיט די ארטיגע אידן. זיי לייגן מיט זיי תפילין, לערנען תורה מיט זיי, און דאס גלייכען. זייערע ווייבער עפענען מיידלעך שולעס און צינדן אן דעם אידישען געמיינדע לעבן אין די דערווײַטערטע געגענטער איבער דער גאנצער וועלט ווי קיין רעליגיע קומט בכלל נישט אן.

דער יערליכער וועלטליכער צוזאמענקום פון די טויזענטער שלוחים

אין די זכות פון דעם רבי'נס שלוחים, זיינען צענדליקער טויזנטער אידען - וואס אסאך פון זיי האבן קאם געווסט אז זיי זיינען אידען - געווארן פולקאמע בעלי תשובה, מערסטענס ליובאוויטשער חסידים, און אסאך אליין געווארן שלוחים.

די ציל פון די "שליחות" איז צו מאכן די וועלט, גרייט צו מקבל זיין משיח צדקנו.

היינט צו טאג, איז דא העכער זיבען טויענט שלוחים ארום די וועלט.

וועבלינקען

רעדאַקטירן