טאלמיטש (אוקראיניש: Тлумач; פּויליש: Tłumacz) איז א קליינע שטאט אין סטאניסלאווער גובערניע, אין מערב אוקראינע (אסט-גאליציע). זי איז די הויפטשטאט פון דער טאלמיטשער ראיאן.

הערב

די באפעלקערונג איז בערך 8,700.

געאגראפיע

רעדאַקטירן

טאלמיטש ליגט ביים טאלמאטשיק טייכל, וואס איז ברייט פיר מעטער, און דערברייטערט זיך ביז 12 מעטער ביי זיין צוזאמענפלוס מיטן נעסטער טײַך, פון די גרעסטער טייכן אין אייראפע (ברייט 400 מעטער דארטן). דער נעסטער שיידט דעם טאלמיטש פראווינץ פון די שכנותדיקע שטעט, בוטשאטש און האראדענקע.

היסטאריע

רעדאַקטירן

די שטאט איז געקומען אונטער עסטרייכער הערשאפט אין 1772.[1]

טאלמיטש איז געווען דער אדמיניסטראטיווער צענטער פון א פאוויאט (דיסטריקט) אין דער צווייטער פוילישער רעפובליק. אין 1921, איז איר באפעלקערונג געווען בערך 5,000, מערסטן פאלאקן און 2,012 יידן [1], מיט עטלעכע פון דער ארמענישער מינאריטעט . אין די ארומיקע דערפער האבן די אוקראינישע דאמינירט. אינעם צווייטן וועלט קריג, האבן די דייטשן געמערדעט די יידן.[1] די פאלאקן און ארמענישע וואס האבן איבערגעלעבט האבן די סאוועטן פארטריבן פון טאלמיטש נאך 1945. רוב פון זיי האבן זיך באזעצט אין אונטערשלעזיע.


רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. a b c שטעטללינקען בלאט-- טאלמיטש