יצחק לייבוש פרץ

יידישיסטישער שרייבער
(אַריבערגעפֿירט פון יצחק לייבוש פּרץ)

יצחק־לייבוש פּרץ אָדער י. ל. פּרץ (18טן מײַ 1852 - דריטן מײַ 1915) איז א דערצײלער, מחבר, און שרײַבער אין דער ייִדישער שפּראַך. ער איז געבאָרן געװאָרן אין דעם שטעטל זאַמאָשטש, און איז געשטאָרבען אין װאַרשע, בײדע אין פױלן.

יצחק לייבוש פרץ
געבורט 18 מאי 1852 (יוליאניש)
זאמאשטש, לובלינער גובערניע, קאנגרעס פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 3 אפריל 1915 (אלט 62)
ווארשע, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישער בית עולם אין ווארשע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט ווארשע-אוניווערסיטעט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

צװישן זײַנע באַקאַנסטע דערציילונגען זײַנען "אױב נישט נאָך העכער" און "דער אוצר", װעגן חסידים אין שטעטלעך אין פּױלן פֿאַר דער צװײטער װעלט מלחמה, און זײַן דיכטונג "מאָניש", אײנע פֿון זײַנע ערשטע אױס אינעם יאָר 1888 אין שלום־עליכמ'ס "פֿאָלקסביבליִאָטעק".

ער האָט באַקומען טראַדיציאָנעלע חינוך פון חדר און ישיבה, אָבער ער אַנטדעקט די "בילדונג" און די וויסנשאַפֿט ווען ער האָט געלייענט און זיך געלערנט אין אויטאדידקטישן מעטאָד.

ער האָט זיך געלערנט עטלעכע שפראכן.

צו אכצן יאר האט ער חתונה געהאט מיט זיין ווייב שרה, אבער אין 1876 האט ער זי געגט. דערנאך האט ער שטודירט געזעץ און געווארן אן אדוואקאט אין זאמאשטש. אין 1878 האט ער חתונה געהאט מיט א זיוויג שני נחמה (העלענע) רינגלבלום.

אין 1908, איז ער געווען פון די גרעסטע פערזענליכקייטן, וואס האבן זיך באטייליקט ביי די טשערנאוויצער קאנפערענץ.

פרץ האט געהאלפן אנדערע יידיש־שפראך שרייבער צו פארעפנטלעכן זייער ווערק, ווי למשל דער נסתר און ל. שפירא.

וועבלינקען

רעדאַקטירן

רעקאָרדירונגען פֿון װערק פֿון י.ל. פּרץ