טשערנאוויצער קאנפערענץ
די טשערנאוויצער קאנפערענץ, איז פארגעקומען אין דער שטאט טשערנאוויץ, הויפטשטאט פון בוקאווינע, דעמאלט אין דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע,צווישן דעם 30סטן אויגוסט און דעם 3טן סעפטעמבער 1908.
דער פלאן פאר דער קאנפערענץ, איז געקומען פון נתן בירנבוים, און מיט דער איינשטימונג פון חיים זשיטלאווסקי, דוד פינסקי, און אנדערע גרויסע שרייבער, און פובליציסטן.
צווישן די באטייליקטע זענען געווען שלום אש, י.ל. פרץ, און נאך אנדערע שריפטשטעלער, און באוואוסטע יידישע שרייבער.
איין טאג פאר דער אפציעלער ערעפענונג צו דער קאנפערענץ, איז באשטעטיקט געווארן די פונקטן, וואס זענען געפונען געווארן פאר וויכטיק איבערצורעדן.
- די שפראך, גראמאטיק, אויסלייג פון שרייבן, נייע ווערטער און ווערטער פון אנדערע שפראכן.
- יידישע ליטעראטור און שרייבער.
- איבערזעצן תנ"ך צו יידיש.
- די בינע און אקטיארן.
- די יידישע פרעסע.
- דאס יונגע דור.
- און דאס אנערקענונג אין יידיש אלס אפציעלע שפראך.
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
טשערנאוויצער קאנפערענץ