הרב יהודה מאיר אבראמאוויטש (י' אב ה'תרע"ד, 1914, לאדזש, פוילןב' אייר ה'תשס"ז, 20סטן אפריל 2007) איז געווען א ישראלדיקער פאליטיקער. ער איז געווען דער פארזיצער פונעם וועלטלעכן עקסעקוטיוו פון אגודת ישראל פון 19802007, אלגעמיינער סעקרעטאר פון אגודת ישראל אין די אנהייב יארן פון מדינת ישראל און א כנסת דעפוטאט אין דעם זיבעטן, אכטן און ניינטן כנסת. פון 1977 ביז 1981 איז ער געווען וויצע-פארזיציער פונעם כנסת.

יהודה מאיר אבראמאוויטש
געבורט 1915
ר"ח מנחם אב תרע"ד
פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 20 אפריל 2007 (אלט 92 בערך)
ב' אייר ה'תשס"ז
ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט ישיבת חכמי לובלין רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג פאליטיקער, רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פארטיי אגודת ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
כנסת דעפוטאט
7 אויגוסט 197120 יולי 1981
(10 יאָרן)
כנסות 7 - 9
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

הרב אבראמאוויטש איז געבוירן י' אב תרע"ד (3.9.1914) אין לאדזש פוילן, רוסלענדישע אימפעריע (היינט פוילן), צו זיין פאטער, אברהם חנוך אבראמאוויטש און זיין מוטער אסתר.‏[1] ביי ניין חדשים איז ער געווארן פאר'יתומט פון זיין פאטער, און ביי די בר מצוה יארן איז זיין מאמע געשטארבן, און זיין פעטער האט אים געהאדעוועט. הרב מאיר שפירא פון לובלין האט אים געטראפן ווען ער איז ארומגעפארן אין אייראפע זוכן תלמידים פאר זיין ישיבה. אזוי איז יהודה מאיר אבראמאוויטש געווארן א תלמיד ישיבת חכמי לובלין און האט באקומען דארט היתר הוראה.

רבי מאיר שפירא האט אים באשטימט צו זאגן א דף היומי שיעור אין דעם בית המדרש פונעם חוזה פון לובלין; זיין שיעור איז געווען זייער פאפולער, און האט געהאט מער ווי פופציג מיטגלידער.[2]

ער האט חתונה געהאט אין פוילן מיט חנה ווידיסלאווסקי, א טאכטער פון ישראל (זאב) ווידיסלאווסקי און אן אייניקל פון ר' מענדל קאמינער, פרעזידענט פון אגודת ישראל אין פוילן און א שוואגער פונעם שפת אמת פון גער.‏[1]

אין 1935 איז ער ארויף קיין ארץ ישראל, און פאר פינף איז ער געווען א מגיד שיעור אין גמרא. ער איז געווען א מיטגליד אינעם וועלטלעכן עקסעקוטיוו פון אגודת ישראל. אין 1940 האט מען אים באשטימט אלגעמיינער סעקרעטאר פון אגודת ישראל אין ארץ ישראל.[3]

פון 1955 ביז 1971 איז ער געווען וויצע־בירגערמייסטער פון תל אביב. אין 1971 איז ער אריין אין כנסת, נאך דער פטירה פון הרב יצחק מאיר לעווין. ער האט געדינט אלס כנסת דעפוטאט פון דער אגודת ישראל פארטיי ביז 1981.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. a b דוד תדהר, אנציקלופדיה לחלוצי הישוב ולבוניו, כרך 9, עמוד 3275
  2. אידישע טריבונע 26סטן אפריל 2007
  3. יהודה מאיר אבראמאוויטש

וועבלינקען

רעדאַקטירן