יהודה אריה לייב אלטער
רבי יהודה אריה לייב אלטער (א' אייר ה'תר"ז 1847 - ה' שבט, ה'תרס"ה 1905) איז געווען גערעררבי, און דער מחבר פון די ספרים שפת אמת עה"ת און אויך חידושים אויף ש"ס און יורה דעה, וואס זענען ברייט אנגענומען אין רוב יידישע קרייזן. אונטער זיין פירערשאפט איז גער געווארן דאס צענטראלע חסידות אין קאנגרעס פוילן.
געבורט |
16 אפריל 1847 ווארשע, רוסלענדישע אימפעריע | |
---|---|---|
טויט |
11 יאנואר 1905 (אלט 57) פוילן | |
קבורה ארט | גער | |
פאך | רב | |
משפחה
רעדאַקטירןדער שפת אמת האט חתונה געהאט מיט יוכבד רבקה קאמינער, א טאכטער פון רבי יודל קאמינער פון כענטשין. זייערע קינדער:
- רבי אברהם מרדכי (תרכ"ו-תש"ח), דער "אמרי אמת", גערער רבי און נשיא פון דער מועצת גדולי התורה
- יצחק מאיר, נפטר געווארן יונגערהייט
- רבי משה בצלאל (תרכ"ט - תש"ב), איידעם ביי זיין פעטער שמעון חיים אלטער
- מרת אסתר, ווייב פון הרב יעקב מאיר בידערמאן
- רבי נחמיה (ח' אב ה'תרל"ה - כ"ב תמוז ה'תש"ב)
- רבי מנחם מענדל אלטער, רב פון פאבעניץ
- חנוך חיים, נפטר געווארן יונגערהייט
- די ווייב פון הרב הירש היינעך לעווין, בענדינער רב
פֿריערדיגער: הרב יצחק מאיר אלטער "חידושי הרי"ם" |
דער גערער רבי | נאָכפֿאלגער: הרב אברהם מרדכי אלטער "אמרי אמת" |