ישיבת חיי משה
ישיבת חיי משה איז א כלל-חסידישע ישיבה און ירושלים פון לומדישע בחורים.
געשיכטע
רעדאַקטירןדי ישיבה איז אויפגעשטעלט געווארן דורך הרב בנימין קאַהן, איידעם פון הרב ישראל מאיר לאו, און ווערט גערופן נאך זיין טאטענ'ס נאמען רבי משה חיים לאו, פיעטרקאווער רב, וואס איז אומגעקומען ביי דער חורבן אייראפע. די ישיבה איז פאר חסידישע בחורים; מען לערנט דארט בעיון אזוי ווי ביי די ליטווישע ישיבות. די מסכתא וואס מ׳לערנט יעדע יאר איז די מסכתא וואס מ׳לערנט אין דער פאנאוועזשער ישיבה. אין ישיבה לערנען איבער 400 בחורים.
די ישיבה געפינט זיך אין הר נוף.
די הנהלה הרוחנית
רעדאַקטירןדער ראש ישיבה איז רבי נפתלי נוסבוים, און דער נשיא פון דער ישיבה איז הרב ישראל מאיר לאו, דער אמאליגער הויפט־רב פון ישראל. הרב בנימין קאהן פירט למעשה אָן די ישיבה, און ער איז אחראי אויף ארייננעמען נייע בחורים און זיי פארהערן. די מגידי שיעורים זענען: רבי דוד מיללער, רבי אריה לייב אויערבאך, רבי משה פריעדמאן (זון פון ר' אליעזר דוד), רבי זלמן האלפערין, רבי חייב לייב ריזעל. די משגיחים זענען רבי יצחק וויינגוט און רבי שלמה גליק.
ישיבה קטנה
רעדאַקטירןדי ישיבה קטנה פון חיי משה געפינט זיך אויף דער "ירמיהו" גאס און לערנען דארט 150 בחורים.