זלמן נחמיה גאלדבערג

ראש ישיבה און דיין

הרב זלמן נחמיה גאלדבערג ( י׳ שבט תרצ״א, 28סטן יאנואר 1931 - ל׳ אב תש"ף , 20סטן אויגוסט 2020 ) איז געווען א ראש ישיבה, דיין אין דעם העכערן בית דין און דער הויפט רעדאקטאר פון דער תלמודישער ענציקלאפעדיע.

זלמן נחמיה גאלדבערג
זלמן נחמיה גולדברג
געבורט 28 יאנואר 1931
ה'תרצ"א
מינסק, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 20 אויגוסט 2020 (אלט 89)
ל' אב ה'תש"ף
הדסה עין כרם שפיטאל, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
כינוי הגרז"נ
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט
זיינע רביס רבי שמואל ראזאווסקי
רבי דוד פאווארסקי
רבי שלמה זלמן אויערבאך
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ער איז געווען איינער פון די גרינדער פון דעם פריוואטן בית דין פאר דיני תורה "הישר והטוב" און דער ראש ישיבה פון דער סאַדיגורער "דעת משה" ישיבה אין ירושלים. ער האט געדינט ווי ראש ישיבה אין בית מדרש פון דעם לעוו אקאדעמישן צענטער און אלס ראש כולל אין דעם "שבט ומחוקק" דיינות כולל.

לעבנס געשיכטע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן אין מינסק צו הרב אברהם גאלדבערג, א תלמיד פון דער נאווהארדאקער ישיבה, און זיין ווייב פריידל (זייטטשיק). דעם טאָג נאָך זיין ברית, האבן די אויטאריטעטן ארעסטירט זיין פאטער און אים געשיקט קיין סיביר אויף צען יאָר אין פֿאַר האַלטן אַ ישיבה. נאָך השתדלות וואָס האָט געדויערט אַרום אַ יאָר, האט מען אים באפרייט און דעפארטירט קיין ריגאַ, לעטלאנד. צוויי און אַ האַלב יאָר שפּעטער, ווען ער איז געווען פינף יאָר אלט, האָט די משפּחה אימיגרירט קיין ארץ ישראל מיט א צערטיפיקאַט וואָס זיי האָבן באקומען מיט דער הילף פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק, און זיי האבן זיך באזעצט אין ירושלים. ער האָט געלערנט צוויי יאָר אין דער "מאה שערים" חדר און עטלעכע יאָר אין "עץ חיים", און ביי די צען יאָר האָט ער אָנגעהויבן לערנען אין דער תפארת צבי ישיבה. אין עלטער פון פערצן יאָר איז ער אריין אין דער חברונער ישיבה. עטלעכע חדשים שפּעטער, אין חשון תש״ז,, האָט ער זיך אריבערגעצויגן אין דער פּאָניעוועזשער ישיבה אין בני ברק, אויף דער עצה פון דעם חזון איש. אין תשי"א האָט ער זיך אומגעקערט לערנען אין חברון.

אין חודש אב תשי"ג איז ער געווארן א חתן מיט רחל, די טאכטער פון רבי שלמה זלמן אויערבאך, און אין חודש אלול תשי"ד האבן זיי חתונה געהאט. ער האָט געוואוינט אין שיכון חב״ד אין ירושלים.

רעפערענצן

רעדאַקטירן