תלמודישע ענציקלאפעדיע

די תלמודישע ענציקלאפעדיע ווערט ארויסגעגבן דורך אן אנשטאלט געגרינדעט דורך הרב מאיר בר אילן, זון פון נצי"ב און געווען אנגעפירט דורך הרב שלמה יוסף זעווין עס אנטהאלט שוין 32 בענדער.

צוות האנציקלופדיה התלמודית.png
האציקלופדיה התלמודית סט.jpg

דארטן ווערן אויסגעשמועסט אלע שיטות פון ראשונים אחרונים פוסקים און מפרשים אויף ש"ס, הלכה מנהג און קבלה און מקרא איבער יעדן נושא וואס נאר פארהאן אין אידישקייט.

עס גייט לויט די אותיות

מען האלט ביי ענדיגן די ענציקלאפעדיע.

מיטגלידער פון דער רעדאקציערעדאַקטירן

איינער פון די פרינציפאלע רעדאקטארן צווישן די יארן תשמ"א ביז תשס"ו איז געווען דער גאון רבי עזריאל לעווי שליט"א, א תלמיד פון דעם גאון רבי חיים יעקב ראטנבערג, דער פאריזער רב, און פון דעם גאון רבי לייב גורוויץ, דער גייטסהעדער ראש ישיבה, און פון דעם באוואוסטן גאון רבי נחום פרצאוויטש זצ"ל.

דער ערשטער רעדאקטאר פון דער ענציקלאפעדיע איז געווען הרב שלמה יוסף זעווין.

דער פארוואלטער פון דער ענציקלאפעדיע פון איר אנהייב ביז זיין פטירה אין יאר תשס"ט (2009) איז געווען הרב יהושע הוטנכר.

אין יאר 2014, איז דער הויפט רעדאקטאר געווען הרב זלמן נחמיה גאלדבערג און פארוואלטער איז געווען הרב פראפ' אברהם שטיינבערג.

וועבלינקעןרעדאַקטירן

רעפערענצןרעדאַקטירן

  1. שער כרך י'
  2. a b c שער כרך ט"ז