בריסק (בעלאַרוסיש: Брэст; רוסיש: Брест; פּויליש: Brześć/nad Bugiem), פֿריער ברעסט אויפן בוג און בריסק דליטא איז א שטאט (באפֿעלקערונג 290,000 אין 2004) אין בעלארוס נישט ווײַט פונעם פוילישן גרענעץ. זי איז די הויפטשטאט פון ברעסט וואבלאסט (גובערניע). ליגנדיג אויף דער הויפט באן ליניע מאסקווע - בערלין און א צווישנלענדישער שאסיי, איז בריסק געווארן א פרינציפעלע גרענעץ פונקט זײַט דער צווייטער וועלט מלחמה אין די יארן פון די סאוועטן. היינט טוט זי פארבינדן דעם אייראפעישן פארבאנד מיטן קהל פון זעלבשטענדיקע שטאטן.

בריסק דליטא

בריסק האט אמאל געהאט א שיינע יידישע קהילה. צווישן אירע רבנים איז געווען הרב חיים סאלאווייטשיק.