גלאבאלע אנווארעמען

(אַריבערגעפֿירט פון גלאבאלישער אנהייצונג)

גלאָבאַלע אָנװאַרעמען איז א טערמין וועלכע ווערט גענוצט צו באצייכענען דאס קלימאט טויש אין וועלכן מיר געפינען זיך היינט.

דורכשניטלעכע גלאבאלע טעמפעראטור פון 1856 צו 2020

לויט ווי וויסנשאפטלער זאגן איז די גלאבאלע טעמפרעאטור געשטיגן נאכאנאנד זינט די וועלט איז אריין אין די אינדוסטריאלע רעוואלוציע און מען האט אנגעהויבן אויסשפייען שעדליכע שיגעון גאזן וועלכע בלייבן שטיין אין די אטמאספערע און לאזן נישט די היץ פון די זון צוריק ארויסגיין אין קאסמאס. גלאבאלע אנווארעמען איז דער אבזערווירטער פארמערונג אין דער טעמפאראטור פון דער וועלט.

א טעאריע פון פארשער וואס זאגן אז די וועלט האלט צוליב דעם אין איין ווערן ווארימער פון יאר צו יאר, ווייל געוויסע לענדער, ובפרט אמעריקא פארנוצן צופיל גאזן און פאראורזאכן אסאך פארפעסטיקונג וואס שעדיגט די אזאן שיכט וואס נעמט ארום די וועלט, און דאס פאראורזאכט אז עס קומען אריין אין דער וועלט מער זון שטראלן וואס די אזאן שיכט האלט געווענליך צוריק, און די וועלט ווערט ווארימער און ווארימער, און אין איין שיינעם טאג וועלן זיך די ריזיגע אייזבערג אויף דעם צפון פאלוס זיך אויפלאזן און פארשוועמען די וועלט ח"ו.

פארט אבער זעט מען פיל מאל וואו עס שטעלט זיך ארויס אז עס ווערט גאר קעלטער פון סיי ווען און עס ברעכט רעקארדס אויך פארקערט, דאן זאגן זיי אז אפילו מיטן טעריא פון גלאבאלע אנווארעמען מעג זיין קאלט אויך און אפילו ברעכן רעקארד קעלט, אבער דאס באדייט אז פראצענטואל וועט זיין ווייניגער קאלטע טעג דורכ'ן גאנצען ווינטער ווי א יאר בעפאר.


די נאטורליכע טויש אין קלימאט קען פאסירן דורך פארשידענע וועגן און די גרינגסטע פון זיי פאר אונז צו פארשטיין קען זיין וואולקאנען אקטיוויטעטן, א מענטשליכע טויש אין די פלאנצונגן וועלכע דעקט צו א גרויס חלק פון די וועלט, און די ראדיאציע פון די זון וועלכע האט אויך א קליינע עפעקט אויף די קלימאט.

גלאבאלע אנווארעמען איז אויך געווארן א הייסע פאליטישע פראגע.

אנווארעמען

רעדאַקטירן

פארשידענע מקרים ווייזן אז די קלימאט ווערט ווארעמער מיט צייט. נעבן די וועלט ס'טוישט זיך בערך 0.2 טעמפעראטור (אין צעלסיוס) פער יעדע צען יאר. אין 2020 איז די טעמפעראטור נעבן די וועלט געווארן 1.2 טעמפעראטור (אין צעלסיוס) העכער ווי פאר די אינדוסטריאלע רעוואלוציע.

קלימאט טוישט זיך במשך די יארן און דאס איז א פאקט. אבער אזא טויש געדויערט הונדערטער יארן און אויב מען באטראכט די דורכשניטליכע וועטערס ווינטער און זומער פון צענדליגער יארן קען מען באמערקן אז די דורכשניטליכע וועטער איז געטוישט געווארן צו אביסל מער ווארים אדער קאלט. צום ביישפיל אין אמעריקע איז די דורכשניטליכע ווינטער און זומער וועטער ווארימער געווארן אין די לעצטע הונדערט יאר מיט איינס אדער צוויי פונקטן. אבער דאס וועט מען נאר קענען באמערקן אויב מען באטראכט די וועטערס (זע קעסטל) פון אלע יארן אין די לעצטע הונדערט יאר. אבער אויב מען קוקט יאר נאך יאר קען מען גארנישט באשטעטיגן ווייל אין 980' איז געווען די קעלטסטע ווינטער אין די הונדערט יאר און דאך זענען די ווינטערס ווארימער געווארן אין סך הכל. די קליינע פונקטן קוקן נישט אויס צו זיין א גרויסע נפקא מינה אין די וועטערס אבער די עקספערטן זאגן אז אפילו קליינע ענדערונגען אין די גלאבאלע וועטער קען האבן א גרויסע עפעקט אויף דער וועלט ווי מיר וועלן באלד מער ערקלערן.

די עפעקט פון נאטורליכע געוואוקסן צו די וועלט'ס קלימאט

רעדאַקטירן

איינע פון די וועלט'ס וואונדערליכסטע באשאפונגען איז די נאטורליכע געוואוקס וועלכע ווערט אנגערופן די גרינהאוס עפעקט. מען קען דאס פארשטיין געבן מיט א גרינגע ביישפיל: איר האט שוין זיכער באמערקט אז ווען מען לאזט אן אויטא געפארקט אין די זומער פאר א שטיק צייט ווערט זייער הייס און שטיקיג אינעם אויטא פיל מער ווי עס איז אויף די גאס. דאס פאסירט ווען די היץ פון די זון דרינגט אריין אינעם אויטא דורך די פענסטער און אלע היץ ווערט איינגעזאפט אין די אינערליכע טיילן פון דעם אויטא. היץ האט אבער א טבע אז עס וועפט צוריק אויס און אויך דארט קומט די היץ צוריק ארויס פון די אינערליכע טיילן אין בלייבט שטיין אין די אטמאספערע וועלכע ברענגט א שטארקע היץ. למעשה האט די אויטא אסאך לעכער ווי טייל פון די היץ קען אויסוועפן ווייל אויב נישט וואלט עס געקענט פלאצן נאך א שטיק צייט פון די שרעקליכע היץ און שטיקיקייט.

דאס זעלבע איז מיט אונזער וועלט. יעדער ווייסט אז אויפ'ן מאדים איז געפרוירן קאלט. פארוואס? דער ענטפער איז אז די מאדים פלאנעט האט נישט קיין אטמאספערע ארום איר און אלע היץ וועלכע קומט אריין פון די זון וועפט באלד צוריק אויס און דער מאדים פלאנעט בלייבט קאלט. אונזער וועלט האט אבער אן אטמאספערע וועלכע באשיצט די היץ וועלכע ווערט צוריק אויסגעשפיגן פון אינערהאלב די וועלט און דאס האלט אונזער וועלט ווארים.

דער וועלט'ס אטמאספערע ווערט געשאפן דורך די געוואוקסן וועלכע געפינען זיך אין איר און וויבאלד דער מאדים האט נישט קיין געוואוקסן איז נישט פאראן קיין שטארקע אטמאספערע. די געוואוקסן גיבן ארויס קארבאן דיאקסייד, וואסער אויסוועפונג, און פארשידענע גאזן וועלכע בלייבן שטיין ארום די די ערד און דאס בויט די אטמאספערע. יעצט צוריק צו אונזער וועלט: די זון ברענגט אריין אסאך היץ צו די ערד פון וועלכע 70 פראצענט ווערט איינגעזאפט אין די געוואוקסן פון די וועלט און אין די וואסערן. די אנדערע 30 פראצענט וועפט באלד אויס צום קאסמאס דורך די וואלקענעס וואו עס ווערט בטל ומבוטל זייער שנעל ווייל עס האט נישט וואו זיך אנצוכאפן. די טבע פון היץ איז אז עס וועפט צוריק אויס און דאס זעלבע איז מיט די היץ פון די זון. אויב עס וואלט נישט אויסגעוועפט וואלט די ערד געווארן הייס ווי פייער. די היץ פארשפרייט זיך ארום די וועלט און ווערט געשטערט פון די געשאפענע אטמאספערע וועלכע לאזט דאס נישט ארויס. כאטש גרויסע טיילן וועפן יא אויס פארבלייבט אבער גענוג היץ אין די וועלט און וויבאלד די וועלט ציט אריין מער היץ ווי זי גיט ארויס בלייבט די וועלט ווארים.

גלאבאלע אנווארעמען ווערט געשאפן

רעדאַקטירן

די וועלט גייט שוין אזוי אן טויזנטער יארן און אלץ גייט כשורה. אבער דאן איז געקומען אן אינדוסטריאל רעוואלוציע וועלכע האט געטוישט די גאנצע פראדוקציע פון די מענטשהייט צו א נייע שטאפל וועלכע איז קיינמאל פריער נישט געווען. די אינדוסטריאל רעוואלוציע האט ארויסגעברענגט אלע ארבעטער פון זייערע היימען אינעם צווייטן העלפט פונעם 18'טן יאר-הונדערט. זינט דעמאלט האט מען אנגעהויבן ארבעטן אין פעקטאריס און מען האט אנגעהויבן פראדוצירן אלע ערליי פראדוקציעס דורך אינדוסטריאלע מעטאדן.

מיט די יארן איז געווארן א וועלט פון אלע ערליי מאשינערי וועלכע פארלאנגן אן אבנארמאלן מאס פון ענערגיע וועלכע ווערט פראדוצירט אין די אינדוסטריאלע שטעט און שפייט אויס פארשידענע עלעמענטן צו דער אטמאספערע וועלכע פארשטערקערט די אטמאספערע פיל מער און ווייניגער היץ קען אויסוועפן צום קאסמאס, איבערלאזנדיג א גרעסערע מאס היץ אין אונזער וועלט. די הויפט עלעמענטן וועלכע ווערן אויסגעשפיגן צו די אטמאספערע זענען: קארבאן דיאקסייד, ניטראוס אקסייד, און מעטאַן. עס זענען פאראן נאך צענדליגער ערליי אזעלכע עלעמענטן אבער די דריי זענען די הויפט און מערסט באקאנט. לאמיר באטראכטן יעדע פון זיי:

קארבאן דיאקסייד איז א אומזעבארע גאז וועלכע איז א נאטורליכע טייל פון אלע ארגאנישע געוואוקסן. די עלעמענט מאכט אויס בערך 0.04 פראצענט פון די ערד'ס אטמאספערע וועלכע ווערט ארויפגעשיקט אהין דורך וואולקעאנען וועלכע ברעכן אויס און שפייען אויס די אונטערערדישע כעמיקאלן צו די אטמאספערע. היינט צו טאג ווערט ארויפגעשיקט פיל מער קארבאן דיאקסייד צו די אטמאספערע דורך די פארגעשריטענע מענטשליכע אקטיוויטעטן צו ברענגן ענערגיע און די אטמאספערע באקומט פיל מער פון די עלעמענט ווי זי האט אמאל באקומען. לויט אפיציעלע באריכטן פון די וואורלדוואטש אינסטיטוט ווערט נאטורליך ארויפגעשיקט צו די אטמאספערע ארום א ביליאן טאנען פון קארבאן דיאקסייד און היינט האלט עס ביי איבער 7 ביליאן טאנען צוליב די אקטיוויטעטן וועלכע מיר טוען אפ אויף די ערד. לויט זייערע חשבונות איז די דורכשניטליכע טעמפרעאטור פון די ערד געשטיגן פון 14.5 דעגריס (58.1 פראנהייט) אין 860' צו 15.3 דעגריס (59.5 פארנהייט) אין יאר 980'.

'''ניטראוס אקסייד''' איז די צווייטע אויף די רייע וועלכע ווערט געצימבעלט פאר'ן ברענגן גלאבאלע אנווארעמען. די סארט עלעמענט איז זייער ענליך צו קארבאן דיאקסייד און קומט פון די זעלבע קוועלער. דער חילוק איז אבער אז ניטראוס אקסייד ווערט געשאפן אין פיל קלענערע קוואנטומען אבער זאפט איין 270 מאל אזויפיל ענערגיע ווי קארבאן דיאקסייד וואס מיינט אז טראץ וואס עס איז ווייניג בממשות האט עס אבער די זעלבע עפעקט ווי די גרויסע קוואנטומען פון קארבאן דיאקסייד.

'''מעטאַן''' איז א הויפט קאמפאנענט (אינהאלט) פון נאטורליכע גאזאלין און וועפט אויס ווען מען צעלייגט ארגאנישן מאטריאל. היינטיגע צייטן ווערט מעטאַן ארויסגעצויגן און וועפט אויס ווען מען ארבעט אויס קוילן, פון מאכן כעמיקאלן, און פון אלע לענדפילס (פלעצער וואו מיסט ווערט אויסגעגאסן).

די עלעמענט האט די זעלבע עפעקטן ווי קארבאן דיאקסייד און אין צוגאב קען זיך דאס האלטן לאנג אן אויסוועפן און ווען אסאך זאמעלט זיך אן ווערט עס אויסגעשפיגן צו די אטמאספערע דורך פארשידענע וועגן. וויסנשאפֿטלער שפעקולירן אז די סארט עלעמענט זאמעלט זיך אן אונטער די ערד דורך אלע לענדפילס און אפפאלן און קומט זיך צוזאמען אין די אקעאנען וואו עס האלט זיך פריש פון די קעלט פון די וואסער אין גרויסע אייזבערג. ווען די אייזבערג ברעכן זיך אפ ווערט אויפאיינמאל אויסגעשפיגן אסאך פון די עלעמענט וועלכע האט א שנעלע עפעקט אויף די אטמאספערע.

גלאבאלע אנווארעמען עפעקטן

רעדאַקטירן

אויב גארנישט ווערט געטאן צו אויפהערן גלאבאלע אנווארעמען וועט די וועלט, לויט די וויסנשאפטלער, ערנסט עפעקטירט ווערן און די רעזולטאטן קענען זיין ביטער. די ערשטע זאך וואס קען פאסירן איז אז די אלע טויזענטער מיילן פון אייז אינעם ארקטיק און אינעם אנטארקטיק וועלן זיך צעביסלעך אויפלאזן פון די ווארימערע טעמפרעאטור און די וואסער שטאפלען וועלן זיך הייבן. אין פאקט פאסירט דאס שוין יעצט אויף קליינע שטאפלען און יעדעס יאר טיילן זיך אפ מער און מער שטיקער פון די פארפרוירענע אנטארקטיק און קומען אריין אין די אקעאנען אין פארעם פון אייזבערג און ווערן צעלאזט איבער'ן זומער. אבער נישט אלע אייזבערג שווימען אוועק אזוי ווייט און בלייבן שטעקן צווישן אנדערע שטיקער אייז און ווען די טעמפרעאטור פאלט צוריק אראפ ווערט דאס צוריק פארפרוירן.

לויט אפיציעלע שאצונגן האט זיך די דורכשניטליכע וואסער שטאפל געהויבן מיט עטליכע צאל אין די לעצטע הונדערט יאר. דאס איז נאך נישט אזא פראבלעם. אבער די עטליכע אינטשעס האבן נישט פאסירט שטאפל ביי שטאפל צעטיילט צו יעדע יאר נאר די לעצטע 50 יאר איז געווען פיל ערגער ווי די ערשטע 50 יאר און די לעצטע 25 יאר איז געווען ערגער ווי די ערשטע 25 יאר אין דעם צווייטן העלפט. יעצט אויב דאס וועט ווייטער אזוי אנהאלטן וועט אין די קומענדיגע יארן די וואסער שטאפל זיך הייבן מער און מער ביז די גאנצע אייז אינעם מערב טייל פונעם ארקטיק, וועלכע איז די לייכסטע טייל פון די פארפרוירענע טייל, וועט פלאצן און אריינשווימען אין די אקעאנען.

דאס זאגט זיך אזוי גלייכגילטיג. אין פאקט איז פאראן אזויפיל וואסער אין יענעם טייל אייז אז אויב אלעס וועט אנקומען אין די אקעאנען וועט דאס העכערן די וואסער שטאפלן מיט ארום 10 פיס, וואס מיינט אז אלע יבשה וועלכע ליגן נידעריג וועלן אינגאנצן פארפלייצט ווערן און ווערן א טייל פון די אקעאנען.

(מען מוז דא פארשטיין געבן אז דער ביישפיל וואס ווערט געמאכט איז נאר אויף איין קליינע טייל פון די וועלט'ס פארפרוירענע וואסער וועלכע קען זיך שטעלן אויפ'ן שכל אז עס וועט אמאל פאסירן. ארום 70 פראצענט פון די וועלט'ס וואסער ליגט פארפרוירן צווישן די ארקטיק און די אנטארקטיק. אויב אלע אייז פון די וועלט זאל זיך צעלאזן וואלט די גאנצע וועלט פארפלייצט געווארן ווייל דאס וואלט געהויבן די וואסער שטאפלן מיט עטליכע הונדערט פיס. דאס קען אבער נישט פאסירן ווייל רוב פון די פלעצער זענען גענוג קאלט אז אפילו מיט אן ערנסטע גלאבאלע אנווארעמען וועט עס געדויערן טויזענטער יארן עס זאל דארט ווערן ווארים.)

דער פראבלעם קען אפילו זיין נאך ערגער ווייל אויב די אייז צעלאזט זיך איז טייטש אז די וואסער ווערט ווארימער, און דאס אליינס קען אסאך הייבן די וואסער שטאפלן ווייל די טבע פון וואסער איז אז ווי ווארימער די וואסער איז אלס מער פלאץ נעמט עס אויף ווייל קעלט האלט זיך בטבע אינאיינעם.

נאך א פראבלעם וואס קען צושטאנד קומען איז די פאקט אז עס וועט זיין ווייניגער אייז אויף די וועלט וואס דאס אליינס וועט מאכן א גרויסע טויש אין די היץ פון די אטמאספערע ווייל מער היץ וועט קענען איינגעזאפט ווערן און דאן צוריק אויסגעשפיגן ווערן פון די ערד און וואסער לויט די פריערדיגע ערקלערונגן.

און עס ענדיגט זיך נישט דא. ווי יעדער ווייסט קומען אלע שטורעם ווינטן (טראפיקל שטורעם ווינטן און האריקענס) און אנדערע עקסטרעמע וועטערס דורך די הייסע לופט וועלכע וועפט אויס פון די אקעאנען ענדע זומער און פארט אויפ'ן וואסער ביז די יבשה. אויב עס וועט זיין מער ווארים וואסער וועלן די סארט זאכן פארקומען פיל אפטער און ברענגן גרויסע פאטאליטעטן.

איז מעגליך אפצוהאלטן גלאבאלע אנווארעמען?

רעדאַקטירן

וויאזוי אימער, איז יא פאראן וועגן וועגן וויאזוי מען קען צוהעלפן האלטן א ריינע ענווייראמענט דורך זיכער מאכן אז די אויטאס זענען שטענדיג פארראכטן און אונטערגעזוכט לויט די רעקאמענדירטע סקעדזשועל ווייל אן אויטא וועלכע מאכט פראבלעמען קען אין אסאך פעלער ארויסגעבן מער עמישענס צוליב איר פעלערהאפטיגע טיילן. רעסייקלן איז נאך א וויכטיגע זאך צו העלפן די ענווייראמענט ווייל וואו מער מיסט עס גייען צו די אפפאל פעלדער אלס מער אונטערערדישע שעדליכע כעמיקאלן ווערן צונויפגעזאמעלט און גייען אריין אין די אקעאנען פון וואו עס וועפט שפעטער אויס צו די לופט.

איינע פון די גרויסע צוגעבער צו די שעדליכע געדיכטע לופט אין די שטאטישע פארנומענע גאסן זענען די מיליאנען אויטאס, באסעס, און טראקס. די אלע אויטאס גיבן ארויס אסאך קארבאן דיאקסייד און קארבאן מאנאקסייד וועלכע זענען ביידע גאר שעדליכע עמישענס וועלכע מענטשן אטעמען אריין יעדעס מאל זיי גייען אויף די גאס. ווי עס קוקט אויס איז פאראן א גוטע צוקונפט פאר נייע סארט אויטאס וועלכע וועלן נישט ארויסגעבן אזויפיל שעדליכע אפפאל. אנגעהויבן פון די הייבריד אויטאס וועלכע נוצן ווייניגער גאזאלין און געענדיגט ביי באטערי אויטאס וועלכע וועלן בכלל נישט נוצן קיין גאזאלין.

נאך א וועג וויאזוי צו העלפן די סביבה איז דורך אנטוויקלען נייע סארט ענערגיע מיטלען ווי הידרא-עלעקטריע, זון־ענערגיע, הידראגען. די אלע קענען זיין שטארקע ענערגיע קוועלער און אסאך ארויסהעלפן די סביבה.

דער קיאטא אפמאך

רעדאַקטירן

צי פאסירט גלאבאלע אנווארעמען יא אדער נישט, איז אבער איין זאך זיכער אז די לופט אין די גרויסע שטעט איז שמוציגער און געדיכטער און אויב מען וועט דאס ווייטער לאזן אזוי אנגיין וועט עס נאר ערגער ווערן און קען האבן געזונטהייט עפעקטן אויף מענטשן און ספעציעל אויף קינדער.

העלפן די סביבה איז היינט א שטארקע ציל פון יעדע רעגירונג און מען שפענדט אסאך געלט דערפאר. די רעגירונגען האבן פארשידענע וועגן וויאזוי זיי פרובירן צו פארבעסערן די ענווייראמענט וועלכע רעכנט אריין פֿלאנצן מער ביימער, און ארויסהעלפן די אויטא און ענערגיע פירמעס צו אינוועסטירן אין מער פארגעשריטענע וועגן וויאזוי מען קען רעדוצירן די ארויסרינונג פון די אומריינע עמישענס.

אין 97' האט א פליגל פון די פאראייניגטע פעלקער אדאפטירט א פלאן צו העלפן די סביבה דורך איינשטעלן א רייע סטאנדארטן וועלכע אלע אירע מיטגלידער לענדער זאלן אננעמען אינאיינעם. דער פלאן איז שפעטער באוואוסט געווארן אלס דער קיאטא פראטאקאל אין וועלכע 130 לענדער האבן זיך אנגעשלאסן אין די פלענער פראצעדור.

דער פלאן האט פארלאנגט א רייע שריט וועלכע זאלן אדאפטירט ווערן און צוריק ברענגען די גרינהויז עמישענס צו די שטאפלען וועלכע עס האט געהאלטן בעפאר דעם יאר 990'. דאס דארף אפיציעל דורכגעפירט ווערן ביז'ן יאר 012' דורך שניידן די פינף הויפט שעדליכע עמישענס.

דער פלאן פארלאנגט א רייע הויפט סטאנדארטן און פון דארט און ווייטער קען יעדע רעגירונג טאן וואס זי פארשטייט צו העלפן. די שטאפלן וואס יעדע לאנד האט זיך אונטערגענומען קענען צעטיילט ווערן פון איין לאנד צו די צווייטע אויב עס געלונגט פאר איין לאנד צו רעדוצירן נאך מער ווי פארלאנגט און פאר א צווייטע לאנד גייט דאס זייער שווער. טייל פון די לענדער האבן זיך אונטערגענומען צו דערגרייכן דעם ציל שוין אין 08' און אזעלכע לענדער ווי אפריקאנער און אזיעאנער לענדער האבן באקומען לייכטערע צילן ווייל דער פראבלעם איז נישט אזוי גרויס דארטן לכתחילה.

דער קיאטא אפמאך איז שוין א סוקסעס פאר זיך ווען צענדליגער טויזנטער פירמעס האבן געמאלדן פלענער מיט זייערע לאקאלע רעגירונגען וויאזוי זיי וועלן רעדוצירן די אויסשפיי פון אזויפיל שעדליכע גאזן. אבער דער אפמאך האט פון אנפאנג געליטן פון א שטארקן קלאפ ווען די פאראייניגטע שטאטן האט געמאלדן אז זי וועט זיך נישט באטייליגן אין דעם אפמאך. איבעריג צו ערקלערן אז אמעריקע גיט ארויס די מערסטע עמישנס צו די ענווייראמענט און וואס איר אוועקמאכונג מיינט צו דעם אפמאך.

ווען קיאטא איז נאך געווען אין די פלאנירונג פֿאזעס איז נאך געווען א דעמאקראטישער פרעזידענט אין אמעריקע (ביל קלינטאן) וועלכער האט זיך יא אנגעשלאסן אין דעם פלאן אבער האט קיינמאל נישט באוויזן דאס ארויפצוברענגען אויפ'ן טיש וויבאלד די רעפובליקאנער אפאזיציע האט בשום אופן נישט געוואלט הערן דערפון. ווען די רעגירונג איז אריבער אונטער רעפובליקאנער הענט האט דער נאכפאלגער פרעזידענט בוש דאס באלד אפגעווארפן, מיט דער טענה אז דאס וועט שאטן פאר דער אמעריקאנישער עקאנאמיע.

אויב מען גייט פאקטן וועט עס טאקע שאטן די אמעריקאנער עקאנאמיע וועלכע ארבעט אויס די מערסטע קוילן פון דער גאנצער וועלט. אבער עס איז זיכער אז אויב די אנדערע לענדער וועלן דעגרייכן זייער ציל וועט דאס לייגן אסאך דרוק אויף אמעריקע צו אדאפטירן ענליכע סטאנדארטן.