אשר מאיר האלבערשטאם
רבי אשר מאיר האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרי"ח - ה'תרצ"ה) רב אין באכניע (העב').
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי אשר מאיר איז געבוירן אין יאר ה'תרי"ח, צו זיין פאטער, הרב יוסף זאב האלבערשטאם, פון קשאנאוו, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת צפורה א טאכטער פון הרב מנחם מענדל רובין פון גלאגאוו, (אן איידעם פון הרב מאיר הלוי ראטנבערג פון אפטא, דער אור לשמים), א זון פון הרב אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ.
דער פשעווארסקער רבי, רבי יענקלי דערציילט[1], ווען רבי אשר מאיר איז געבוירן האט זיין פאטער רבי יוס'לע געפרעגט דעם זיידן דער צאנזער רב וועלכען נאמען ער זאל אים געבען, האט ער אים געהייסן א נאמען געבען נאך זיין רביצין'ס זיידע, דער פאטער האט פארשטאנן אז ער מיינט זיכער איר זיידן רבי אשר'ל ראפשיצער, ביים ברית ווען דער צאנזער רב האט געזאגט ויקרא שמו בישראל האט רבי יוס'עלע געזאגט אשר, איז דער צאנזער רב געבליבן שטיין אין געזאגט נו !, האט מען הערשט ריכטיג פארשטאנן אז ער האט געמיינט דעם זיידן דער אור לשמים האט דער פאטער צוגעלייגט מאיר, איז דער נאמען געבליבן אשר מאיר .
(דער אנציקלופדיה לחכמי גליציה ברענגט, ווען רבי אשר מאיר איז געבוירן האט דער צאנזער רב געזאגט, זיינע אויגן שיינען אזוי ווי די אויגן פון רבי מאיר'ל פון פרעמישלאן, דערפאר האט ער אים א נאמען געגעבן מאיר).
רבנות
רעדאַקטירןרבי אשר מאיר איז געווען דער עלצטער אור-אייניקל פון דברי חיים. אלס יונגערמאן האט זיין זיידע געלערנט מיט אים א שיעור אין קבלה, הרב מאיר אריק דער טארנא רב האט געזאגט אויף אים אז ער איז א גאון אין נגלה און נסתר. אין יאר ה'תרל"ו נאך ביים לעבען פון צאנזער רב, איז ער געווארן רב אין אלט-צאנז, אין יאר ה'תרמ"ג האט מען אים אויפגענימען רב אין באכניא.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי אשר מאיר איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרצ"ה (אומגעפער).
פאמיליע
רעדאַקטירןזיינע קינדער:
- הרב משה האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת פעסיל א טאכטער פון הרב צבי הירש האלבערשטאם, רב אין רודניק, רבי משה איז נפטר געווארן צוויי יאר שפעטער כ' תמוז ה'תרס"ז, זייערע קינדער:
- הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם הי"ד (ה'תר"ס (אומגעפער) - ה'תש"ב), רב אין דאלינא.
- מרת הדס ביילא הי"ד.
- הרב יהושע האלבערשטאם (ה'תר"ם (אומגעפער) - ה'תש"ג), ממלא מקום פון פאטער, רב אין באכניא, ער האט געהייראט מרת רחל מרים א טאכטער פון הרב ישכר בלויגרונד, רב אין קאלוואריע. זייער טאכטער:
- די ווייב פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, א זון פון הרב אריה לייביש מרדכי האלבערשטאם רב אין שינאווא.
- מרת נחמה, די ווייב בזיווג שני פון הרב שאול ידידיה טויב, דער מאדזיצער רבי, זי איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרצ"ג, אין יאר ה'תש"ס האט מען איר ארויף געברענגט קיין ארץ ישראל און ליגט אין הר המנוחות.
- די ווייב פון הרב ישראל רוקח, רב אין ראווקא.
- מרת שרה, די ווייב פון הרב אברהם פינטער, רב אין בוקאווסק.
- די ווייב פון הרב אברהם פרענקל.
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ י"ג אורות מערכת קשאנאוו