פשעווארסק איז א קליין שטעטל אינעם פאדקארפאטי געגנט אין גאליציע, היינט פוילן, אין דעם געגנט פון ריישא.

אין אנהייב פון דעם 17טן יאר הונדערט טרעפן מיר שוין 30 אידישע פאמיליעס אין שטעטל. אין יאר 1880 זענען זיי 1224 פון דער אלגעמיינער באפעלקערונג וואס ציילט 2926 מענטשן.

אין 1921 האבן דארט געוואוינט 1477 אידן קעגן 3371 גויים

די מלחמה יארןרעדאַקטירן

אין 1918 אינמיטן דער ערשטער וועלט־מלחמה זענען די פוילישע סאלדאטן אריין אין שטאט און געראבעוועט די אידישע פארמעגנס. ביי דער ענדע פון דער מלחמה האט די דזשוינט געעפנט א ביקור חולים און א גמח.

אין 1930 האט אויסגעבראכן א שריפה און אסאך אידן זענען געבליבן אן א דאך איבערן קאפ. פארן 2טן וועלט מלחמה האבן דארט געוואוינט 1500 אידן.

אום ראש השנה ת״ש האבן די דייטשע סאלדאטן אריין מארשירט אין שטאט און נאכן פארברענען דעם גרויסן בית מדרש האבן זיי פארטריבן אלע אידן פון דער גאנצער אומגעגנט צום רוסישן שטח וואס האט זיך געפונען אריבער דעם סאן טייך. אין שטאט זענען געבליבן נישט מער ווי 25 אידן.

די רבנים פון דער קהילהרעדאַקטירן

דער מערסט באקאנטער רב איז געווען רבי משה'לע פשעווארסקער, דער מחבר פון ספר ״אור פני משה״.

דער לעצטער רב אין שטאט איז געווען רבי אליהו תאומים-פרענקל הי״ד, א זון פון רבי זאב וואלף תאומים-פרענקל וועלכער איז אויך געווען רב פארדעם.